פון יוסי געשטעטנער
וויאזוי עס העלפט דעם פּרעזידענט ווייס איך נישט. רעדעס קומען און גייען; נייעסן טוישט זיך אזוי שנעל אזש ביי פרייטאג קען די רעדע זיך שפּירן ווי עס איז געווען גאר לאנג צוריק. זיינע אנקעטע נאמבערס קענען ארויף גיין מיט עטליכע פּונקטן אבער וואס האט ער דערפון? ווען וויילער גייען ארויס שטימען אין ניין חדשים ארום וועלן זיי גיין באזירט אויף פאליסי, נייעס און אויפברויז אויף זאכן וועלכע וועלן זיך קאכן נאכ׳ן זימער
בנוגע די סטאק מארקעט וואו מער און מער סתם עמך מענטשן לייגן לעצטענס אריין געלט, דערמאנט עס פון 1999 און 2007 ווען יעדער איז געלאפן אין מארקעט אריין אבער אין ביידע פעלער האט די מארקעט געמאכט א טיפע ריקצוג א יאר צי אביסל מער דערויף. די פּאינט איז אז מען דארף אייביג גרייט זיין צו פארלירן געלט אבער אויב איז מען אין די מארקעט פאר די לאנגע טערמין (לאנג רעד איך פון גאר לאנגע יארן) און מען באדערט נישט די געלט, איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין בס"ד
צום ביישפיל אויב איינער האט אנפאנג 2007 אריין געלייגט $10,000 דאלאר אין אַן אינדעקס פאנד וואס שפּיגעלט אָפּ די עס ענד פּי, האט ער געהאט בלויז $6,000 אנפאנג 2009 ביי די טיפע אפּגרינטן פון די קריזיס, אבער ביי אנפאנג 2013 וואלט ער געווען צוריק ביי עטוואס איבער $10,000 און אנפאנג פאריגע יאר וואלט ער געווען ביי $16,000 און נעכטן דינסטאג נאכט וואלט ער געהאלטן ביי $19,810. נאכמער, אפילו אויב די עס ענד פּי זאל אריין גיין אין א טיפע בער מארקעט און אפּווישן א פערטל פון די איצטיגע שטאפּל, בלייבט דער מענטש מיט $14,857
איך געב נישט ראט פאר מענטשן וואס יא אדער נישט צו טאן אין די מארקעט. איך שמועס נאר אויס אז א היבשע ציבור איז לעיט דאָ די פּאַרטי אבער פון די אנדערע זייט אפילו איינער וואס קומט שפּעט ווי דער יעניגער פון 2007 איז דא וואו די ברכה קען חל זיין אויב זיצט מען מיט גאר אסאך געדולד
עס זענען דא אזעלכע וואס זיצן מיט געלט אינדערזייט גרייט אין פאל די מארקעט טראסקעט וואס נישט בלויז וואס זיי אנטלויפן נישט פונעם מארקעט מיט די ארגינעלע געלט, נאר זיי לייגן גאר אריין פרישע געלט! אויב איינער האט אריין געלייגט א פרישע צענער אנפאנג 2009, וואלט עס געווען נעכטן נאכט ביי $32,600! צוזאמען מיט זייןארגינעלע צענער, וואלט ער איצט געהאט 52,410 דאלאר און אפילו אויב די מארקעט זאל פארלירן א דריטל די ווערד די נעקסטע יאר צייט בלייבט אים נאך $35,114

הוסף רשומת תגובה