פון רשי הקטן

נאך אזויפיל יאר, נאך אזויפיל מחשבה, נאכן רעדן און פרובירן צו העלפן אזויפיל מענטשן... האט דאס פאסירט. דער פסוק פון "אלהים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבות" האט באקומען א טיפער באדייט וואס האט מיר געעפענט די אויגן.

אט דער באשרייבונג וועט אייך בעזר השם אויסקלארן דעם פסוק אויבן דערמאנט, און עס וועט פארענטפערן אט די פאלגענדע שאלות וואס אינגעלייט זענען געוואוינט צו פרעגן.

זאל איך אריינגיין אין ביזנעס, אדער זאל איך גיין ארבייטן?
וויאזוי ווייס איך וועלעכער עסק איז צוגעפאסט פאר מיר?
פארוואס זעהט מען אזויפיל געלונגענע אינגעלייט וואס זענען מפני איזה סיבה שהוא נישט מצליח?
וואס איז די ריכטיגע באלאנס פון השתדלות (ד.ה. ארבייטן שווער, ארבייטן מער שעות, טראגן דאגות, אינוועסטירן וכו') און בטחון והשגחה פרטית (זיך לאזן פירן)?
איך גלייב אז דער אייבישטער איז דער זן ומפרנס לכל, און האט א גענויער פלאן פאר יעדענ'ס פרנסה, אבער איז עס א הימל'ישער כח וואס מיר פארשטייען נישט, אדער איז עס א חלק פון די טבע הבריאה?

חפץ השם בידינו יצליח.

אבער דריי קורצע הקדמות/דיסקלעימער'ס בעפאר מיר הייבן אן:

א' - דער ארטיקל איז נישט קיין חיזוק שמיעס, אין איז נישט קיין דעת תורה, דאס איז בלויז מיין פערזענליכע אבזערוואציע, מיט וואס מען קען זיך דינגען. (כאטשיג מיר האבן דאס איבערגערעדט מיט תלמידי חכמים, און זיי האבן געגעבן זייער פולע הסכמה).

ב' – דער ארטיקל וועט זיין געבויעט אויף סייענטיפישע כללים, אבער דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די ענין פון השגחה פרטית און אמונה. נאר ענדערש זענען די סייענטיפישע כללים די וועג וויאזוי דער אייבישטער האט אויסגעשטעלט אז השגחה זאל זיך אויספירן און וויאזוי זאל אויסקוקן פאר אונזערע אויגן.
גענוי ווי איר פארשטייט אז ווען א קינד באקומט דער פלו וויירוס "האט דאס דער אייבישטער געפירט מיט השגחה פרטית" אבער נאך אלץ ווייסט איר אז דער אייבישטער האט דאס מלבש געווען אין א "דרך הטבע", אז א צווייטע מענטש מיט וועם דאס קינד איז געקומען אין בארירונג האט אים איבערגעגעבן די וויירוס" , אט די זעלבע איז ביי די ענינים וואס מיר וועלן אויסשמיסן.
דער אייבישטער פירט דער וועלט מיט א גענויע "השגחה" און דאך איז דא א וועג וויאזוי די השגחה וועט אויסגעפירט אין די "טבע" (והוא הענין "מסבב כל הסיבות", וד"ל). דא אין אוזנער ארטיקל וועלן מיר זיך מער באציען אין מסביר זיין וויאזוי דער אייבישטער האט אראפגעשטעלט דעם דרך הטבע.

ג' – די ארטיקל איז געשריבן געווארן ארום די נושא פון אינגעלייט וואס גייען מאכן פרנסה. גענוי די זעלבע כללים זענען אמת פאר סיי וועלכע ענין אין לעבן, ווי מופן צו א נייע דירה, שדוכים, אויסוועלן ישיבות וכללים וכו' וכו'. עס איז אמת סיי ווען עס קומט אייך אויס די שאלה צו איר זאלט זיך לאזן פירן אדער ענדערש טון אסאך השתדלות.

די "אומ"געלונגענע ביזנעס

שלום, א אינגרמאן און די דרייסיגער יאר'ן, האט באשלאסן אריינציגיין אין ביזנעס. און די פארגאנגענע צעהן יאר ער האט שווער געארבייט אלץ א פעקטארי מענעדשער, ווי ער האט סוקסעס'פולי געמענעדש'ט איבער פיפצוג ארבייטער. ער האט אסאך קוואלעפיקאציעס, א טיכטיגער, א בעל מחדש, ער פארמאגט גאר גוטע קאמינעקעשאן סקילס, און נאך פארשידענע אנדערע מעלות.. און איבער אלעם ער האט אפאר איבריגע אפגעשפארטע דאלער אנצוהייבן א ביזנעס. 

ווי א געניטער סוחר האט ער אנגעהויבן קלערן אין וועלעכע אינדעסטרי עס לוינט זיך פאר אים אריינצוגיין, ער האט געמאכט פארשידענע חשבונות, ווי וויפיל ער וועט דארפן אינוועסטן, ווי לאנג עס נעמט פון ווען מען הייבט אן ביז מען הייבן אן צו זעהן ריווח. אין אזוי ווייטער פארשידענע אנדערע היים ארבייט. אלעס כדי צו קענען באשליסן אין וועלעכע ביזנעס עס לוינט אים אריינצוגיין. 

והוא היום, עס איז געקומען דאם טאג, און ער האט באשלאסן אז ער גייט אריינגיין אין די ריעל עסטעיט ברויקער'ידש ביזנעס, עס פארלאנגט נישט קיין גרויסע אינוועסטמענטס, עס האט נישט קיין גרויסעoverhead , און לויט די ריסערטש וואס ער האט צוזאמענגעשטעלט קען מען מאכן גאר שיינע רווחים אויף יעדן דעיל וואס ווערט געמאכט. 

אנגעפילט מיט אייפער אין פרישקייט, האט ער אנגעהויבן צו אויס-צוארבייטן זיינע פלענער און זיינע מארקעטינג סטראטעגיעס, ער האט געלאזט מאכן שיינע עדס און זיך געדינגען א שיינער אפיס און א גוטע לאקאציע, און ביז עטליכע וואכן איז זיין ביזנעס שוין געווען עדווערטייזט און פילע צייטונגען, און אויף אויף קול מבשר, און אט אט גייט דער אינגערמאן שוין מאכן גרויס געלט.

אזוי ווי ערווארטעט האט דער טעלעפאון טאקע אנגעהויבן צו קלינגען, אויף די אנדערע זייט פון די לינע זענען געווען פארשידענע מענטשן וואס האבן גערופן זיך נאכפרעגן אויף געוויסע דירות. חיים איז געווען פארנימען א גאנצן טאג און א האלבע נאכט מיט פאון קאלס, און מיט ווייזן פארשידענע אפערס פאר פעטענציעלע קונים. 

חיים האט פארשטייט זיך ארויסגעקוקט בכליון ענים אז כאטש איין deal זאל שוין פארענדיגט ווערן. כדי ער זאל שוין צורוק-זעהן זיין קרן אין פארשטייט זיך צו מאכן עפעס ריווח. 

די פראבלעם איז אבער אז דאס איז וואס ער וויל... 

זיינע קאסטומערס ווילן אבער עפעס אנדערש....

זיי האלטן יעצט פארן מאכן א לעבנ'ס החלטה, זיי האלטן פאר'ן קויפן א דירה און עס גייט נישט אזוי שנעל. מען גייט ארום באטראכטן צעהנ'דליגע דירות, עטליכע געגענטער. אינצווישן רעדט מען מיט פארשידענ'ארטיגע ברויקערס. און צום סוף, נאר עטליכע חדשים וועלן זיי זיי גרייט צו איינגיין אויף א דיעל און בלויז איינע פון די פארשידענע ברויקערס וועט מאכן דאס געלט.

נא, אויב אזוי פארשטייט שלום אז ער מיז האבן געדילד.... און ער ווארט אז דער גוטער טאג זאל אנקומען. 

א האלב יאר שפעטער.

מען האלט יעצט א האלב יאר נאכדעם וואס חיים האט געעפענט זיין ביזנעס אין ווי די ביכער ווייזן האט ער יעצט אויסגעפירט זיין פיפטע deal... 

אויף די מאמענט איז חיים אויסגעדראשן ווי א באקסער, ער האט נישט קיין כח מער אנצוגיין, זיין גוסטע איז היבש געפאלן, און יעדער ארים אים אריינגערעכענט ווי זיין ווייב, קינדער, חברים און אפילו קאסטומער'ס האבן צו שפירן דעם זויער'ן טעם דערפון. חיים וויל פארשטיין וואס איז די פשט פון די נאכגעלאזטע מוט.

נאכן עס דורכרעדן מיט א חבר א broker און אן אנדערער געגענט, שטעלט זיך ארויס דאס פאלגענדע.
שלום, איז בטבע אן אימ-געדילדיג'ער: ער וויל אז זאכן זאלן פאסירן איינס צוויי. און ווי עס שטעלט זיך ארויס און די רעיל עסטעיט brokerage אינדעסטרי, איז דאס א גרויסער חסרון, אbroker דארף האבן אן א שיעור געדילד ווי לאנג ער זעהט עפעס רעזולטאטן. 
ווי אויך שטעלט זיך ארויס אז שלום איז א מענטש וואס איז נישט קיין אינוועסטער type, ער האט ליב צו ארבייטן און זעהן די רווחים שנעל. און אוודיא האט ער נישט ליב צו ארבייטן אין צום סוף זאל ער נישט מאכן קיין געלט ווייל מען איז געגאנגען מיט א צוויטע broker. 

משא"כ דער חבר איז מער א סאליד'ער מענטש, ער האט בטעבע געדילד, ער האט נישט קיין פראבלעם אז די רווחים קומען אן שפעטער, ער האט ב'טבע קיין פראבלעם צו אינוועסטירן צייט און מח און נישט ארויסנעמען דאס געלט. און דערפאר איז ער קיינמאל נישט אויסגעברענט געווארן. 

שלום האט יעצט צוויי ברירות, וויאזוי צו גיין ווייטער
ער קען אנהייבן צו דעוועלעפן די טבעיות שני, וואס פארלאנגט זיך צו זיין אין די ביזנעס (וואס ווי מיר וויסן איז דאס נישט גרינג און עס נעמט אויך זייער אסאך צייט).
ער קען אריינגיין אין אן אינדעסטרי וואס די נעטור דערפון וועט נישט טרעטן אויף זיינע טבעיות. (די פראבלעם וועט אבער זיין אז ער ווייסט נישט מיט וועלעכע שווערעקייטן ער וועט זיך אנשטויסן אינעם נייעם אינדעסטרי)

אויף די מינוט, זיצט חיים יעצט מיט פארשידענע עצה געבער און קארפן קעפ, אויסצוגעפינען וואס ער זאל טון. מיר וועלן אים איבערלאזן ער זאל זיך מאכן זיין החלטה, און מיר וועלן צוקומען צום פוינט. 

וואס דא האט פאסירט איז א זאך וואס פאסירט טאג טעגליך, פאר צעהנדליגע אינגעלייט וואס גייען אריין אין ביזנעס, וואס מאכן החלטות און אלע שטחים פון לעבן, איז עס שטעלט זיך ארוס צו זיין א דורכפאל. דאס קומט ווייל זיי פארשטייען נישט די מיט א טיפקייט די פאלגענדע הנחות.

א. אלע צדדים האבן מעלות וחסרונות....עס לוינט נישט צו וועהלן. 
ב. פרנסה איז בלויז איין שטח און לעבן ווי מיר ווילן מצליח זיין... מיר קענען בשום אויפן נישט אויסרעכענען וואס וועט זיין גוט פאר אינז.
ג. די געזעץ פון עטרעקשאן...לאז דיך פירן..... די טבע (השגחה פרטית) וועט דיך שוין פירן.

און די קומעדיגע דריי מאמרים וועלן מיר פרובירן אריינצוגיין אין יעדע פון די דריי הנחות. און דאס וועט אינז פירן צום ס"ה וואס וועט איז פארענפערן אלע אינזערע אויבערדערמאנטע שאלות.

הנחה א' – אלע צדדים האבן מעלות וחסרונות

די ערשטע זאך וואס שלום האט "נישט" גענומען אין באטראכט ווען ער האט באשלסן צו עפענען זיין ביזנעס איז "אז יעדע זאך אויפן כדר הארץ" האט מעלות און אויך חסרונות" און צוליב דעם וועט מאכן חשבונות, פלענער און צוגרייטונגען בכלל נישט העלפן פאר הצלחה. און לאמיר עס ברייט אויסשמיסן. 

א יעדעס קינד ווייסט אז די צוויי קעגענזייטיגע צדדים פון יעדע סארט זאך/געדאנק וכו' האט (ע"פ רוב) סיי מעלות אין סיי חסרונות.

צום ביישפיל.

זיין אן עושר: האט אסאך מעלות וואס מען דארף נישט מסביר זיין. אבער האט אויך א געוואלד מיט חסרונות, ווי למשל, די ענין מרבה נכסים מרבה דאגה. ער ווערט נישט פטור פון געלט גייערס. ער זייער עמפינדלעך צוליב דעם וואס ער איז געווינט צו האבן אלע באקוועמליכקייטן סיי ווען.
ווידער זיין אן ארימאן: האט פארשטייט זיך אסאך חסרונות. אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי געוויסע מעלות. זיי זענען נישט עמפינדליך, זיי האבן (געווענדליך) בעסערע קינדער, קיין איינער איז זיי נישט מקנא און האבן ווייניגער דאגה. 

האבן אן אייגענע ביזנעס: קען האבן אין זיך זייער אסאך מעלות. מען קען קומען אין גיין ווען מען וויל, קיינער טיילט דיר נישט איין וואס צו טוהן און ווען צו טוהן. מען לייגט אריין שווערע כוחות פאר "זיך" און נישט פאר יענעם. מען האט א פעטענציעל פון מאכן אסאך מער געלט פון אן ארבייטער וכ'. פון די אנדערע זייט איז עס מלא חסרון, מען ארבייט פיר און צוואנציג שעה א טאג, מען האט נישט קיין טאג און קיין נאכט, און האט אסאך מער פרשעור ווי אן ארבייטער. וכו'
ווידער זיין אן ארבייטער: האט אויך מעלות, ער ארבייט פון ניינע ביז פינוווע דערנאך איז ער באפרייט, ער האט נישט אזויפיל דאגה וכו'.. אבער עס האט אויך חסרונות, ער האט נישט קיין פאטענציעל צו רייך ווערן, א צווייטער ווערט רייך אויף זיין ארבייט וכ'

האבן אסאך קינער בלי עין הרע: האט א געוואלט מיט מעלות, מער קינדער וועלן זיך קענען אוועקגעבן און די עלטערע יארן, מער נחת בעזר השם, וכו'. אבער די חסרונות זענען אז זיי קאסטן אסאך מער געלט, זיי לאזן וויניגער שלאפן, מען האט נישט קיין צייט פאר זיך וכו' 
ווידער האבן ווייניג קינדער: איז גאנץ גרינג אויף די מינוט, עס קאסט נישט אזויפיל געלט, עס זענען פארהאן ווייניגער מחלוקות צווישן זיי, מען האט מער צייט פאר זיך וכ', אבער פון די אנדער זייט האט מען ווייניגער קינדכר פון וועם צו האבן נחת און וויינגער קינדער זיך וואס וועלן זיך אפגעבן און די עלטער. וכ'

אויב האסטו געכאפט דעם קאנצעפט, קענסט אויסלאזן די קומעדיגע פאראגראפן און אנהייבן ביי די גרעסעסרע ווערטער. 
די גראסערי ביזנעס האט א מעלה (יעדער מיז יעדן טאג צוקומען צו וואס זיי פארקויפן), אבער עס האט אויך א חסרון אז עס איז א פעני ביזנעס מיט א ריזיגע overhead. 
די פורנישער ביזנעס האט א חסרון אז מענטשן דארפן זייער אסאך עדווייס און ניצן אסאך צייט פון סעילס לייט ווי לאנג זיי באשליסן צו זיי קויפן אדער נישט, אבער האט א מעלה אז עס האט א גרויסע פראפיט margin.
א קליגער מענטש איז א שטיק מעלה, אבער האט אסאך ספיקות און שווערעקייטן, ער האט גרויסע השגות און ערוואטנוגען וואס ער קען נישט אייביג צושטעלן. 
א נער איז א שטיק חסרון, אבער ער קען לעבן אין לאכן, אלעס גייט אים גוט און האט נישט קיין גרויסע השגות. 
נעמען ריזעקאלישע אינטערנעמונגען קען ברענגען אסאך געלט אבער קען אויך מיס דורכפאלן און ברענגען בזיונות און דעפרעסיע, קיינמאל נעמען קיין ריסק איז אויך קיין לעבן. 
קעלט האט מעלות וחסרונות, און היץ האט מעלות וחסרונות. פעסטע כאראקטער האט מעלות וחסרונות און א ווייעכע כאראקטער האט מעלות וחסרונות. 
און אזוי ווייטער. 

צום שלוס: יעדע זאך/מענטש/נעטור/פלאץ/ביזנעס/ וכו' וכו' וכו' וואס האט צוויי קעגענזייטעיגע צדדים האבן ביידע צדידם און זיך מעלות וחסרונות.

אויב אזוי קומט אויס, אז זיך צושטעלן צו סיי וועלעכע פון די צוויי קעגענזייטיגע צדדים, אדער צו סיי וועלעכע סארט ביזנעס וכ', קען/וועט אינז טאקע ברענגען געוויסע מעלות, אבער און די זעלבע צייט קען/וועט עס אינז ברענגען מלא חסרונות.

פארשטייט זיך אז נישט ביי יעדן מענטש וועט יעדע צד ברענגען חסרונות, און נישט אלע מאל וועט עס ברענגען מעלות. ווארום, עס ווענדט זיך אין די נעטור פון די מענטש, און די זמן ווען דאס געשעהט, און אין פארשידענע זאכן פון די ארים און ארים. למשל
עס זענען דא מענשטן וואס זיי קענען ראויגערהייט פארנעמען דאפעלט פרעשור ווי רוב מענטשן" פאר זיי איז בכלל נישט קיין חסרון צו האבן א ביזנעס וואס ברענגט פרעשור, ער איז דאך געבויעט און געאייגענט פאר דעם. 
עס זענען דא מענשטן וואס זייער נעטור איז געבויעט צו נעמען ריזעקאלישע אינטערנעמונגען אין זיי ווערן נישט אויסגעברענט. און פאר זיי איז די עקסרים פון נעמען רסיקס און דערלייגן געלט בכלל נישט קיין חסרון.

אבער נאך אלעם, ווילאנג איר קענט נישט די ביזנעס מיט אלעס שווערעקייטן און די פולע כאראקטער וואס קומט מיט דערמיט, און אזוי אויך ווי לאנג איר וויסט נישט גענוי וויאזוי אייער נעטור וועט זיך אויסשפילן די די ענוויערמענט פון די סארט ביזנעס. איז דאך באמת זייער נער'יש, צו אויסוועלן איין זאך/צד איבער די צווייטע. ער האט דאך נישט קיין אנונג אין וואס ער גייט אריין. 

דאס איז די ערשטע טעות פון שלום! און דאס איז א טעות פון רוב היימישע אינגעלייט וואס גייען אריין אין ביזנעס. די ביזנעס כאראקטער אדער די סארט ארבייט וואס ער האט זיך אויסגעוועלט איז בכלל נישט צוגעפאסט צו זיין נעטור. און וועגן דעם ארבייט ער ביטער שווער, און צום סוף ווערט ער אויסגעברענט. 

זאל ער וועהן טוהן עפעס וואס איז צוגעפאסט צו אים, וואלט ער מצליח געווען, אין עס וואלט אים אנגעקומען היבשליך גרינג. 

יעצט לאמיר זיך פארשטעלן אז שלום קומט צו אייך פרעגן די פאגאנדע קשיא! 

"אין וועלעכע אינדעסטרי זאל איך אריינגיין און איך זאל וויסן מיט א גאנץ קנאפע קלארקייט אז איך וועל מצליח זיין? 

איך מיין אז יעדער וועט ענפערן! לאמיר זיך אראפזעצן ראויגערהייט, לאמיר איבערגיין און קלאר פארשטיין דיינע נעטורן. דערנאך וועלן מיר איבערגיין וועלעכע סארט ביזנעס'ער זענען פארהאן. און לאמיר פרובירן צוצופאסן עפעס וואס וועט טויגן. ריכטיג? וועט איר אזוי ענפערן? איך מיין אז יא. 

דער אמ איז, עס איז זיכער אז עס האט עפעס אמת אין זיך, אבער עס איז נאך אלץ א גרויסער טעות אזוי צו זאגן, און דאס ברענגט אינז צו הנחה ב'.

הנחה ב' - מיר קענען בשום אויפן נישט אויסרעכענען וואס וועט זיין גוט פאר אינז..........און פרנסה איז בלויז איין שטח אין לעבן

כמובן, דער מין אנישי וויל נישט בלויז מצליח זיין מיט פרנסה, נאר מיר ווילן אויך מצליח און אלע ענינים פון אינזער לעבן (חינוך הבנים והבנות, שלום בית, מידות טובות, אידישקייט, ראוגקייט, כבוד, תאוה, געזונט וכ' וכ'). 

אויב זאלן מיר נעמען און באטראכט מער ווי איין ענין און וואס מיר ווילן זיין באקוועם, וועלן מיר זעהן אז עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען וואספארא ביזנעס אדער ארבייט וועט זיין פאסיג פאר מיר. און מיר קענען בשום אין אופן געוואר ווערן וואס איז די דרך הממוצא צווישן די אלע זאכן אינאיינעם... 

און לאמיר דאס בעסער מסביר זיין. 

אויב זאלן מיר ווען טרעפן צוויי אינגעלייט (יעקב און יוסף) וואס קענען טראגן די זעלבע מאס פון פרעשור (און אנדערע ווערטער, ביי די ענין פון פרעשור האבן זיי ביידע די זעלבע קוואלעפעקציע) אויבן אויף קען א קאוטש באשליסן אז זיי ביידע זענען זייער געאייגענט אנציפירן א גרויסע ביזנעס פון 500 ארבייטער....

די פראבלעם איז אבער אזוי.

יעדער אינגערמאן האט זייך זיינע נעטורן און יעדע ווייבל האט זייך אירע נעטורן, יעדעס קינד האט זיך זיינע/אירע נעטורן. עס זענען דא צענדליגע סארט משפחות אין שטיבער. און מיליאנען געדאנקענגאנגען. מיליאנען מענטשן, קימצבים, פלעצער לא זה כהרי זה. עס זענען דא מיליאנען אינדעסטירס, טויזנעטער סארט בעשעפטוגונגען, אין עד אין קץ פון צוזאמענשטעלענגען פון בעלי בתים אין ארבייטער וואס טוישט און מאכט א נייע די מצב און אן ארבייטס פלאץ. 

נו, לאמיר א קוק טאן אויף די משפחות פון די צווי אינגעלייט וואס קענען נעמער פרשעור. 

יעקב האט אכצן קינדער (אכט מיידלעךאון צעהן אינגלעך) פיר פון די קינדער זענען אינטער די בר מצוה די איבריגע זענען העכער די בר מצוה, דריי זענען ווילד, צוויי זענען מחצפים, איינער איז אביסל אינטערעססאנט......זיין ווייב איך זייער א נערוועזע וכו' אבער יעקב איז א חיטרע אינגערמאן אין ווייסט וויאזוי צו באראויגן זיין ווייב ווי נאר זי ווערט נערוועז וכ' וכ' וכ' ער איז זייער א פרימער. האט קען ווערן שטרענג ווען מען דארף.

יוסף האט בלויז מעהן קינדער (פינוף מיידלעך און פינוף אינגלעך) איינער איז געפערליך פויל, די איבריגע זענען גאנץ כמעשה, זייט ווייב איז די ראוגיסטע מענטש אויף דער וועלט, און פירט די שטיב ווי א מלכה. יוסף איז זייער געשיקט און קען פשוט נישט דערהייבן קיין פוילע מענטשן.... וכ' וכ' וכ' די ערגסטע זאך וואס מען קען טון צו זיין ווייב איז אז די מאן זאל אהיימקומען שפעט. ער איז זייער א נערוועזער וכ' 

קען מען דען זאגן אז ביידע זאלן פירן א ביזנעס מיט פינוף הינדערט ארבייטער, ווייל זיי קענען נעמען פרעשור? אוודיא נישט, עס זנענן דא צענדליגע זאכן וואס דארפן קלאפן אין זיי לעבן. 

אין הכי נמי ווען די באטראכטס אים בלזוי לגבי די ביזנעס קוקט עס אויס אז ער קען, אבער האסט נישט אריינגענומען אין באטראכט צו די פרעשור וואס ער האט פון זיינע קינדער נעמט אוועק אסאך פון זיינע כוחות, האסט נישט באטראכט וויאזוי זיין ש"ב גייט איסעהן, אין האסט נישט באטראכט וויאזוי זיין חינוך גייט אויזעהן ווען ער גייט פירן די ביזנעס. האסט נישט באטראכט די אלע זאכן וואס ער וויל מצליח זיין און זיין לעבן. נו, מאן ימר אז ווען זיי וועלן פירן די ביזנעס אז דאס וועט זיי נישט אפהאלטן פון מצליח זיין אין די איבריגע זאכן
אויב אזוי פארשטייען מיר אז נישט בלויז דארפן מיר טרעפן א ביזנעס/ארבייט וואס איז צוגעפאסט צו אינזער נעטור, נאר מיר דארפן טרעפן די בעסטע זאכן פאר אינזער לעבן וואס וועט אינז אויך געבן א "באלאנס" וואס זאל אין פירן צו א באקוועמע הצלחה אין אלע שטחים" און איינס זאל נישט אפהארגענען די צווייטע. (האבן געלט, אבער נישט מחנך זיין קינדער ווי געהעריג)

אין איך מיין, אז יעדער קליגער מענטש וועט מודה זיין אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן און צו פאראויס-טראכטן וואס וועט אים קלאפן, אז ער זאל מצליח זיין אין אלע שטחים, עס איז צו קאפמפלעצירט פאר די מענשליכער מוח צו באגרייפן. 

נו, אויב אזוי איז דאך א גרויסער נער'ישקייט צו מאכן אייגענע חשבונות, אין טראכטן וואס איך וויל טון, וואס איך גיי זיין, די ווייסט דאך נישט צו די גייסט מצליח זיין בכלל, די וויסט נישט צו עס וועט קלאפן מיט דיינע נעטורן אז די זאלסט קענעון מצליח זיין, אין די ווייסט נישט וויאזוי די דשענערעל בילד פון דיין לעבן וועט אויקוקן אויב די וועסט עס טון!!!! און ווי לאנג די שטייסט נישט קעגן די מצב קענסטו נישט וויסן ווי אזוי עס וועט זיין. 

צורוק צו שלום'ן. 

וואס דא האט פאסירט צו שלום איז אז ער האט אויסגעוועלט א ביזנעס וואס האט אויסגעקוקט גוט ווען ער האט באטראכט זיינע קוואלעפעקאציעס, אבער ווי נאר ער איז געקומען אנטקעגן די פאקטן האט ער באמערקט אז עס איז נישט עכט פאר אים, און געוויסע זאכן איז דאס געווען אן עקסטרים פאר אים, און עס האט בכלל נישט געטויגט צו זיין נעטור, און דערפאר איז ער אויסגעברענגט געווארן, און ער האט נישט מצליח געווען. 

און קורצן. 
1. ווען מיר וועלן אויס סיי וואס אין לעבן, מיז בכלל נישט זיין אז עס איז צוגעפאסט צו אינז און אז מען וועט מצליח זיין דערין, און עס איז נישט דא קיין וועג וויאזוי דאס פאראויסצוטראכטן
2. אפילו ווען מען איז יא זיכער אז עס איז צוגעפאסט, קען עס זיין גוט פאר די שטח פאר הצלחה פון איין ענין (למשל אין ביזנעס). אבער עס נעמט נישט אריין וויאזוי אנדערע שטחים אין זיין לעבן וועלן אויסקוקן, און דארט קען עס דורכפאלן צוליב די החלטה וואס מען האט געמאכט. 

וואס דען איז די עצה פרעגט איר אוודיא, וואס איז די וועג אז איך זאל יא קענען אנקומען צו די בעסטע פון מיין הצלחה אין אלע ענינים?

ליינט ווייטער.

מאמר ג' – די געזעץ פון "עטרעקשאן"

יעקב און יסל זענען צוויי אינגעלייט פריש ארויס פון כולל, זיי האבן ביידע זייערע פעהיגקייען איינער אנדעשר ווי דעם צווייטן.

יעקב איז זייער אן "ערגענישער" מענטש און אן "ערלעגיגער", סיי וועלעכע זאך ער נעמט אינטער צו טון "ווערט ארלעדיגט, איינס צוויי דריי" מען קען זיך פארלאזן אויף און אויב האט ער געזאגט ער וועט דאס טון, "וועט עס אינגיכן געטון ווערן". יוסל ווידעראום, איז מער א געזעצענער, האט ליב אדורכצוטראכטן זאכן שטייט און קלאר ביפאר ער נעמט שריט, זאכן וואס ווערן געטון דורך אין דארף מען קיינמאל נישט איבערטון, ווייל עס איז מתחילה גוט געמאכט געווארן. 

זענען זיי גרייט אריינצוגיין אין די ארבייט'ס וועלט מיט פרישע כוחות. ווי קאמיש עס הערט זיך האבן זיי ביידע באקומען זייער ערשטער ערשטע פאסטן און א ריטעל פורנישער סטאר ווי עס ארבייטן נאך צעהנדליגע אינגעלייט און ביידע באקומען א מינומואלע געהאלט, און, זיי זענען ביידע באשטימט געווארן אלץ "קאסטומער סערוויס פערסענעל", זייערע ארבייט איז צו אינפארמירן די קונים איבער די אייטעמס וואס זיי פארקויפן, זייער ארבייט איז צו זעהן אז די קונום זאלן מאכן די ריכטיגע החלטות, האבן די ריכטיגע מעשערמענטס און קאלירן" און ועל כולם ארויסגיין פונעם געשעפט צופרידן.

אלץ א געטרייער ארבייטער, האבן זיי ביידע אנגעהויבן טון זייערע ארבייט "מיט אלע זייערע כוחות" און ביידע האבן זייער געוואלט צופרידן שטעלן דעם בעל הבית און די קאסטומער'ס. 
יעקב מיט זיין "פערזענדליכקייט" האט זיך אנגעהויבן אריינצולייגן מיטן גאנצן פלייס צו פארשטיין די פרודוקטן און צו פארשטיין וויאזוי די קאסטומערס מאכן זייערע החלטות, אלעס כדי ער זאל זיין "קאמפס גרייט" צוצושטעלן די בעסטע פון זיינע מעגליכקייטן פאר די ארבייט וואס ער טוט, און ביז א וואך צייט איז ער שוין גרייט צו שטיין און די שאוי-רום און רעדן מיט קאסטמערס. 

יוסל פון די אנדער זייט, איז היבש אינטערשטעליג, ער האלט נאך אינמיטן אויסרעכענען די אינשעס אין מעשערמענטס פון איינע פון די פרודוקטן אז עס זאל וויסן צו עס וועט פיטן ביים קאסטומער אינדערהיים, און ער האלט נאך אינמיטן פארשטיין די גענויע חיליקים פון איין סארט האלץ ביז די צווייטע. אבער נאך דריי וואכן איז ער אויך גרייט, און שטייט אויף די אנדערע זייט פון דעם שאוירום צו אויפנעמען קאסטומערס. 

און לויף פון די קומעדיגע יאר האבן ביידע געארבייט מיטן גענצן הארץ, און דער בעה"ב דוד פלעגט צורוקהערן גוטע גריסן אויף ביידע פון זייערע נייע ארבייטער. אויף יעקב פלעגט ער הערן, "ער איז גאר געשיקט" מען דארף עפעס עקסטערע ארדערן ווערן עס געטו תקיף ומיד", "גאר א בעטעמטער אינגערמאן" און אזאלכעכע סארט קאפלימענטס. אויף יוסל פלעגט ער הערן "אזוי צוצופאסן די קאליר צו די איבריגע פורנישער און שטיב?, עפעס העליך!!" "די שאפע פאסט אריין צום לעכל און וואנט אויף די האר!!" אזוי מסודר, וואנדערבאר!!" 

נאך א יאר צייט וואס ביידע האבן געטון זייערע א גוטע ארבייט און די ביזנעס האט זיך ב"ה שיין צווואקסן האט דער דוד דער בעה"ב אנגעהויבן צו שפירן אז די ביזנעס ווערן שוין צו גרויס אין ער קען שוין נישט נאכקומען צו טון אלעס וואס ער פלעגט טון ביז היינט און צייט און ער האט אנגעהויבן קלערן אז ער עס איז געקומען די צייט צו הייערן א שויא רום מענעדשער. וואס זאל זיין ממונה אז זאכן אינעם ווערהויז זאלן פארן, זאכן זאלן ערלעדיגט ווערן, זיך פארשטיין מיט די איבריגע ארבייטער, וויסן וויאזוי צו קאמפעמענטירן ארבייטער, און אזוי ווייטער. נו, טראכט ער צו זיך ווער וועט זיין די ריכטיגע קאנדידאט? יעקב, אוודיא!! עס האט נישט גענומען פיר וואכן און יעקב האט באקומען א שיינער רעיס מיט א בעסערע פאזיציע פאר די קומעדיגע יארן. 

צו די זעלבע צייט האט איינע פון די קונים אנגעטראגן פאר יסול א אינדשענירינג דשאב ביי אים אין די ביזנעס, ער האט צוגעזעהן וויאזוי דער אינגארמאן רעכנט אלעס אויס אזוי פינקליך אין מאכט נישט קיין גרייז און ער האט געשפירט אז זייער אפט אין זיין ביזנעס קומט פאר אז די ארבייטער מאכן קליינע גרייזן אויף פלענס, האט ער אים אנגעטראגן דער ארבייט פון איבערקוקן אלע פלענס פאר א סאך א גרעסערער געהאלט, און איז ארויס פון די פורנישער סטאר, אריין ביים צווייטן, און שיין מצליח געווען פאר די קומעדיגע צוויי יאר. 
די געשעהעניש וואס איר האט נארוואס געליינט רעפרעזענטירט די "געזעץ פון עטרעקשאן אין "עקשאן".

גענוי וויאזוי עס איז דא א סייענטיפישע געזעץ וואס רופט זיך "גרעוועטי" אז יעדע זאך פאלט אראפ צו דער ערד. אזוי אויך איז דא א סייענטיפישע געזעץ פון "עטרעקשאן". די געזעץ פון עקטעקשאן זאגט אינז "אז א חלל מיט א איבערפלוס וועלן זיך אטאמאטיש צוצוען איינס צו צווייטן" און דער איבערפלוס וועט אנפילן דעם חלל. 

און אנדערע ווערטער. אויב פעלט מיר עפעס, אויב וויל איך עפעס, אדער אויב קען איך ווערן ערפילט פון א צווייטן וואס האט א איבערפלוס פון די זאך וואס איך קען גענסין, וועלן מיר זיך שוין צוזאמענטרעפן און איך וועל ערפילט ווערן און יענער וועט אאויך ערפילט ווערן דורך ארויסגעבן זיין איבערפלוס פאר איינעם וואס ברויך דאס. 

די זעלבע איז אויך פארקערט, אויב האב איך אן איבערפלוס אין סיי וואס וועל איך אטאמאטיש טרעפן איינער וואס האט א חלל דערין, און איך וועל עס אים ערפילן. 

"די סדר העולם אז קאסטומערס ברענגען פיד-בעק" האט אים אינפארמירט אז יעקב האט די ספעציפישע מעלה. ער האט נישט געדארפט טן קיין סאך דערצו. 
דער אינדשעניר האט אינטער זיי באוויסטזיין געוויסט אז ביי אים און די בינזעס מאכט מען גרייזן ביים שרייבן די פלענ'ס, ווי נאר ער האט געזעהן יוסל מיט די מעלה וואס וועט אנפילן זיין חלל, איז אים בייגעפאלן אים אויפצונעמען. אנע טון צו סאך דערוועגן. 

עס זענען דא נאך צענדליגע משלים וויאזוי די לאו אוו עטרעקשאן שפילט זיך אויס, דא האט איר עטליכעץ 
אז מאנס פערזאן ציט צו א פרויס פערזאן, אין די זעלבע פארקערט. (משפיע ומקבל)
היץ לויפט צו קעלט, קעלט לויפט צו היץ. (פאר די וואס ווייסן)
א פערזאן וואס האט זייער ליב צו רעדן און אנדערע זאלן אים אויסהערן, וועט אלעמאל אטאמאטיש טרעפן א פערזאן וואס גלייכט ענדערעש צו אויסהערן, אין וויניג רעדן.
א ביזנעסמאן וועט אייביג פרובירן צוען/דרייען א שמיעס (אומוועלענדיג) איבער זיין ביזנעס, ווי נאר ער ווערט געוואר אז יא, יענער איז אינטערעסירט און הערן מער "ווייל יענער האט א חלל", וועט ער אינסטינקטיוולי אנהייבן צו רעדן דעוועגן ברייט צו אז דער שידוך זאל זיך שליסן (די איידיע פון נעטווארקינג)
ווען די האסט אין מיינד אז די ווילסט צו איינעם רעדן וועט זיך יענעמס פנים באווייזן פון צווישן הינדערטער מענטשן, אפילו האסט און נישט געזוכט. די זעלבע מיט דיין גוטע חבר (וואס איז געווענדליך אויך ווייל איינער פילט אן דעם צווייטנס חלל)
אויב האסטו א שאלה איבער סיי וועלעכע ענין, וועסטו אטאמאיטש טרעפן אין בית המדרש דער וואס וועט דיך קענען ענפערן, ווען די וועסט אים זעהן וועט די קשיא ארויפשווימען און די וועסט אים פרעגן.
פונקט וועסטו ליינען און צייטונג, עפעס וואס איז דיר נוגע פאר סיי וועלכע סיבה. 

און קורצן – מען ברויך נישט זייער שווער ארבייטן צו אנפילן א חלל וואס דו האסט אדער צו ארויסגעבן דיין איבערפלוס. אויב וועסטו זיך לאזן פירן פון די לאו אוו עטרעקשאן (וואס איז די דרך הטבע וויאזוי השגחה פרטית קוקט אויס אויף דער וועלט) וועלן זאכן פאסירן אלייס.

עפילאג

נו לאמיר מאכן א סך הכל. מיר האבן דא צו מאכן אן אויסוואהל פון צוויי מעגליכקייטן. 

1) מאכן חשבונות, ציהל'ן און מאכן פלענער: די ערד'ישקייט פון א מענטש זיכט דאס, ווייל עס דאכט זיך אים אז ער קען דאס באווייזן און דורך דעם שפירט ער און קאנטראל פון זיין לעבן. אזוי אויך גיבט דאס דעם מענטש דעם דמיון אז ער גייט רייך ווערן, ער וועט זיין מכבוד ביי אלעמען, אדער אז ער וועט האבן א זיס און באקוועם לעבן וכו'. אבער אזויווי געשמיסט האט עס ווייניג אויזיכטן צו פארווירקליכט ווערן צוליב דעם וואס מען קען עס נישט אויסרעכענען, און דיין חלום וועט מן הסתם נישט ארבייטן צו דיין בענעפיט. כ"ש ווען עס קומט צו קוקן אויף די גענצע לעבנ'ס בילד.

אזוי אויך ברענגען אזאלעכע פלענער אין חשבונות מיט מיט זיך א זאך מיט פראבלעמען. ווי
a. מען איגנארירט גוטע opportunities וואס די געזעץ פון עטרעקשאן שטעלט צו. די opportunities ווערן אוועקגעמאכט בלויז ווייל מען האט דאך א חלום וואס מען וויל נישט אויפגעבן. 
b. עס ברענגט דאגות, צוליב דעם וואס מען איז נערוועז און מער וויל שוין אנקומען צום ענדע פונעם טונעל (פונעם חלום) און מען איז דעם האלבן טאג אין פיין "וועט דער חלום פארווירקליכט ווערן?"
c. רוב מאל זיצט ער אין א ביזנעס, אדער ארבייט וואס איז דוקא נישט געמאכט פאר זיין נעטור, און נישט בלויז העלפט עס אים נישט. נאר טוט טאקע דאס פארקערטע. עס מאכט ער זאל פשוט נישט מצליח זיין. 
d. ניצט נישט זיינע אמת'ע טאלאנטען וואס דער אייבישטער האט אים געגעבן. 


2. די אנדערע אפציע איז זיך צו לזאן פירן דורך די געזעץ פון עטרעקשאן: וואס דער מענטש ציט נישט אזוי דערצו ווייל מען שפירט נישט און קאנטראל און מען קען נישט דיפיינען אן אייגענער חלום וואס שמעקט גענוי וויאזוי ער וואלט געוואלט. אבער האט פון די אנדערע זייט אלע, אלע מעלות.

a. דער דרך הטבע פון די "געזעץ פון עטרעקשאן" וועט דיך אריינפירן אין די פלאץ ווי די וועסט מצליח זיין דערין. און דאס וועט דיך מאכן שטייגן מער אין מער. די וועסט ווערן בעסער אין בעסער און די זאכן וואס די ביזט געמאכט פאר. 
b. די וועסט הנאה פון דיין לעבן ווייל דיינע טאלאנטען וועלן ווערן גענוצט אויף א גוטע וועג. 
c. וועסט נישט האבן קיין דאגות אז די מוזט אנקומען צו א געוויסע דעסטענאציע (באלד וועל מיר מסביר זיין וואס מיינט השתדלות)
d. וועט ברענגען אן הצלחה פאר אלע שטחים אין דיין לעבן, ווייל זאכן וואס די טוסט וועט ווערן באשלאסן נישט ווייל די האסט א חלום, נאר די וועסט קוקן וויאזוי עס ארבייט פאר דיר דבר יום ביומו. 
e. ווען די געזעץ פון ערטעקשאן וועט דיר אנטראגן א גוטע opportunities וועסטו עס אינאכט נעמען אלץ אן אפענער אפציע, ווייל די ביסט אפען פאר אלעם דאס וועט דיך טראגן זייער ווייט. 

נו וועלעכע פון די צוויי וואלסטו געוועלט?

איך לאז דער ענעפר פאר אייך!!!

אויב אזוי וועט איר פרעגן אויב דארף מען זיך לאזן פירן וואס דארף מען טון אלץ השתדלות? 

דער ענפער איז זייער פשוט.

ווען די זוכסט אן ארבייט, רוף אן די ארבייטס פארמיטלאנג. 
ווען די האסט שוין די ארבייט, זעה צו טוהן די ארבייט מיט "דיין" גרעסטע מאס געטריישאפט, אז דיינע מעלות זאלן ארויסקומען. דאס וועט זיין די השתדלות אז מען זאל זעהן דיינע מעלות אין דיך וועלן הייערן פאר מער געלט. 
ווען די האסט א ביזנעס, מעגסטו האבן א שטיקל פלאן וואס די ווילסט אויפטון, מעגסט רעדן מיט מענטשן צו פארקויפן דיינע אייטעמס, און די דארפסט אינוועסטירן אזויווי די סדר פון א ביזנעס.
הייב אן קליין אין וואקסט שטייט גענוי ווי אלעס וואקסט שטייט אין די טבע.

אבער די פאלגענדע גייט נישט אריין אין די גדר פון השתדלות

ווען די געזעץ פון עטרעקשאן טראגט דיך ערגעץ אנדערש פון דיין פלאן, בלייב נישט פאר'עקשנ'ט אויף דיים חלום.
טוה נישט קיין גרויסע, risky, השתדלות. אינוועסטיר נישט קיין גרויס געלט נאר אויב עס איז דיר איבריג. גיי נישט אין קיין ביזנעס ווען די ווייסט נישט קלאר פון ווי די גייסט האבן ברויט צום עסן וכו' 
ארבייט דיך נישט איבער צו וואקסן. יאג נישט איבער די נארמאלע וועג. גענוי ווי עס נעמט צייט פאר א מענשט צו וואקסן, אזוי אויך נעמט א ביזנעס צו וואקסן, נעם עס גרינג. 
שלאף ראויגערהייט, אלעס וועט זיך בעזר השם שטעלן אין פלאץ. 
און אט דאס מיינט דער פסוק

אלהים עשה את האדם ישר. דער אייבישטער האט געמאכט די מענשט גראד, ער האט אהערגעשטעלט א וועלט וואס ער פירט מיט זיין השגחה מיט א דרך הטבע פון די לאו אוו עטרעקשאן.... אז די וועסט דיך לאזן פירן וועסטו גוט אנקומען... עס וועט דיך פירן דארט ווי דיינע שטארקייטן זענען.. אלעס וועט דיר זין גוט.....דיין גאנצע לעבן וועט קלאפן, וועסט זיין רואיג און צופרידן, וועסט האבן צייט פאר דיינע קינדער אין אזוי ווייטער.... אבער

והם עשו חשבונות רובת.... זיי מאכן חשבונות, דער וויל האבן אסאך געלט,,, דער וויל זיין דער ראש הקהל, דער וויל זיין און דעם אינדעסטרי.... ער מאכט חשבנונת, ער לייגט אריין שווערע כוחות ער זאגט אפ די opportunities וואס קומען אים אנטקעגן... ער האט א חשבון......

צדיקל... מאך דיך נישט חרוב..... די האסט קיין אנונג ווי די גייסט אין צו די ביסט צוגעפאסט פאר דיין חשבון,,, די ווייסט נישט וועלעכע אנדערע זאכן וועלן די שווער ווערן ווייל די גייסט נאך דיין חשבון... וועסט פאלן אינטער פרעשור, וועסט ווערן אויסגעברענט, וועסטט נישט האבן קיין צייט צו ווייב אין קינדער.. וועסט נישט האבן קיין רואיגיקייט... 

ענדערש שטייג אין וואקס מיט די נעטורליכע וועג, ווי א שיין ביימעלע, און ווי יעדע זאך אין דעם עולם.... עס איז דער דרך ארוכה, אבער קצרה....

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל