וואשינגטאן – נעכטן נאכט איז באריכטעט געווארן, אז עס איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט, אז פרעזידענט טראמפ וועט היינט געבן די ענדגילטיגע באשטעטיגונג, אז מען קען ארויסגעבן פאר'ן אמעריקאנער פובליק די ספעציעלע צוזאמגעשטעלטע מעמא וועלכע דעקט אויף אנטי-טראמפ קארופציע אינערהאלב דעם יוסטיץ דעפארטמענט און די עף-בי-איי.

דער מעמא איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון קלאסיפייד אינפארמאציע, וואס די רעפובליקאנער פירערשאפט פון די קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע האבן געזאמלט, און ווי מען הערט, זענען זיי דערגאנגען אויף קלארע באווייזן אז די גאנצע טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג איז בלויז א פאליטישער קאמף וואס איז נאך אונטערגענומען געווארן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע.

וויבאלד דער מעמא פארמאגט קלאסיפייד אינפארמאציע, האט מען נעכטן געהערט א הייסן רוף פונעם עף-בי-איי דירעקטאר, קריסטאפער רעי, אז ער בעט זיך צום ווייסן הויז נישט צו פובליצירן דעם מעמא, אבער מען הערט אז טראמפ איגנארירט די עף-בי-איי ווארענונגען, און וועט פובליצירן דעם מעמא – וואס מען דערווארט אלס רעזולטאט א פאליטישן ערדציטערניש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל