אידישע וועטער באריכט


עס איז היינט געווען גוט קאלט, מיט זוניגע וועטער. היינט נאכט ווערט פארוואלקענט, און עס וועט נישט זיין אזוי קאלט.

מארגן קומט אן אונזער קומענדיגע שטורם, אבער עס וועט אויך ווערן מילדער, דעריבער וועלען מיר זעהן א לייכטע רעגן, ספעציעל נאכמיטאג און אנהויב נאכט.

איבערנאכט פאנגט אן צו ווערן קעלטער, און די רעגן מישט זיך, און טוישט אויף שניי. אפסטעיט געשעהט דאס פריער.

סך הכל איז דאס אבער נישט קיין גרויסע שטורם, דעריבער וועט מען זעהן א געקומנג ביז איין אינטש אין שטאט און אפשר 1-2 אינטשעס אפסטעיט ביי פרייטאג צופרי. קאלטע לופט וועט דעמאלטס אריינפליסען, פאר פרייטאג נאכמיטאג און שבת.

זונטאג קומט די קומענדיגע און גרעסערע שטורם צו גיין. די טרעק פון די שטורם, זעהט אויס ווייטער צו ברענגען מילדע לופט, און א טויש אויף רעגן פאר די שטאט, און די העכערע אמאונטס וועלן דעריבער פאלען אפסטעיט. טרוקענע און קאלטע וועטער נעמט דעמאלטס איבער, פאר מאנטאג און דינסטאג .


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️🌛28
דאנערשטאג -☁️/☔️?45
נאכט-☔️⬅️❄️28
פרייטאג-🌤💨32
פרייטאג צונאכט-🌛💨17
שבת-🌤30
זונטאג-❄️?☔️?40
מאנטאג-❄️? /🌤37
דינסטאג-🌤35
מיטוואך -🌧45

לעיקוואוד
היינט נאכט-☁️🌛27
דאנערשטאג -☁️/☔️?47
נאכט-☔️⬅️❄️30
פרייטאג-🌤💨34
פרייטאג צונאכט-🌛💨15
שבת-🌤32
זונטאג-❄️?☔️?40
מאנטאג-❄️? /🌤37
דינסטאג-🌤37
מיטוואך -🌧45

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️🌛24
דאנערשטאג -☁️/☔️?42
נאכט-☔️⬅️❄️23
פרייטאג-🌤💨26
פרייטאג צונאכט-🌛💨10
שבת-🌤26
זונטאג-❄️?35
מאנטאג-❄️? /🌤32
דינסטאג-🌤32
מיטוואך -🌧42

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-❄️25
דאנערשטאג -❄️/☔️36
נאכט-🌨12
פרייטאג-🌤💨10
פרייטאג צונאכט-🌛💨2
שבת-🌨?14
זונטאג-🌤7
מאנטאג-🌤16
דינסטאג-🌨?18




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל