נייע שטודיעס וואס זענען נארוואס פארעפנטליכט געווארן ווייזן, אז די מוסולמענישע באפעלקערונג אין אמעריקע וואקסט שנעלער ווי, להבדיל, די אידישע, וועמען זי וועט ערזעצן אלס צווייט-גרעסטע רעליגיעזע גרופע אין לאנד ארום דער יאר 40'.

יעצט וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן ארום 3.45-מיליאן מוסולמענער, וואס באטרעפט 1.1 פראצענט פון דער באפעלקערונג, קעגן 6.7-מיליאן וואס געבן זיך אן אלס אידן, וואס איז 2.1 פראצענט.

די סיבה ליגט נישט נאר אין דער העכערער געבורטס-ראטע ביי דער מוסולמענער באפעלקערונג, נאר אויך, און אפשר בעיקר, צוליב אן איסלאמישער אימיגראציע פון ארום הונדערט-טויזנט פרישע מוסולמענער וואס באזעצן זיך יערליך אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל