נאך א לאנג-פארצויגענער טרוקעניש, האט די פארגאנגענע וואך זיך אראפגעלאזט א שווערער רעגן-שטורעם איבער ארץ ישראל, וואס האט געברענגט א דערלייכטערונג אינעם וואסער-מאנגל, אבער צוגלייך אויך געברענגט שאדנס און פארפלייצונגען.

די ווינטן און שלאקס-רעגן האבן אומגעווארפן ביימער, געפירט צו אן עלעקטריציטעט-אויסשאלטערונג, און געברענגט פארפלייצונגען, אבער קיין מענטשליכע שאדנס זענען נישט באריכטעט געווארן.

די מערסטע רעגן איז געפאלן אויף דער שטאט צפת, וואס האט געפירט דעם דערבייאיגן כנרת, וואס שטעלט צו א סך פונעם וואסער-געברויך אין לאנד, זיך צו הייבן מיט זיבן צענטימעטערס.

אויך אינעם נגב, אין דרום פון לאנד, האבן זיך אראפגעלאזט שטארקע רעגנס, וואס האבן צווישן אנדערן 'מחי' מתים' געווען א טייך אינעם מדבר וואס שטייט שוין יארן אינגאנצן אויסגעטרוקנט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל