טראץ דעם וואס אפיציעל טוט די סירישע רעגירונג פארהאנדלען מיט די רעבעלן, האבן זיי אבער אין די לעצטע וואכן פילפאכיג פארשטארקט זייערע לופט אטאקעס און אקציעס קעגן די רעבעלן, ספעציעל אינעם אידליב פראווינץ, וועלכע איז די לעצטע פעסטונג אין צענטער פון סיריע וועלכע איז נאך אונטער רעבעלן קאנטראל -- א זאך וואס ברענגט צענדליגער טויזנטער פאמיליעס צו אנטלויפן פון די קריגס געפלאגטע געגנטער, צו אויסמיידן די באמבארדירונגען פון די סירישע און רוסישע מיליטערישע פליגערס.

באאבאכטער פונעם 'פעלקער פאראיין' ווארענען וועגן א פרישע הומאניטארישע קריזיס, און זאגן אז אין די לעצטע טעג זענען עטליכע שפיטעלער און מעדיצינישע אנטשטאלטן געצילט געווארן אין די לופט אטאקעס.

דעם זונטאג זענען ארום 23 רעבעלן אומגעברענגעט געווארן אין די באנייטע באמבארדירונגען. די פעלקער פאראיין זאגט, אז ארום האלב פון די צוויי מיליאן בירגער וועלכע וואוינען אין דעם פראווינץ זענען אויסגעשטעלט צו דעם געפאר, און לעבן אונטער שרעק און אנגסט, ווי אויך אז צענדליגער טויזנטער האבן פארלוירן זייערע היימען צו די באמבארדירונגען און געפינען זיך היימלאז אין די ביטערע ווינטער פראסטן.

פילע פליטים לאגערען זענען אויסגעריסן געווארן פון ארט און דארפן זיך צוזאמשטופן נענטער צום טערקישן גרעניץ, וואו עס איז שוין אזוי אויך גאר צוזאמגעשטופט און געדעכט. הומאניטארע גרופעס זאגן, אז ארום א מיליאן נפשות האלטן זיך אויף דארט און ליידן פון הונגער און קעלט, און האבן אפעלירט צו די וועלט צו אינטערווענירן אין דעם שווערן קריזיס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל