טענעסי – די אויטאריטעטן אין מעמפיס, טענעסי האבן אראפגענומען קאנפעדערעיט סטאטוען וועלכע זענען געשטאנען אין צוויי פובליק פארקס, נאכדעם וואס די שטאטישע אויטאריטעטן האבן פארקויפט די צוויי ערטער וואו די סטאטוען זענען געליגן. דער מעמפיס מעיאר דזשים סטריקלענד האט געגעבן צו פארשטיין אז די סיטי קאונסיל האט שוין מיט צוויי יאר צוריק געשטימט אראפצונעמען די סטאטוען, וויבאלד די צוויי פערזענליכקייטן פון די קאנפעדערעיט ארמיי זענען געווען באקאנטע ראסיסטן און שקלאפן-אייגנטימער – אבער די טענעסי היסטאריע קאמיסיע האט פארבאטן אוועקצופירן די סטאטוען. מעיאר סטריקלענד און די סיטי קאונסיל האבן דעריבער פארקויפט די קליינע פראפערטיס, אויף וועלכע די סטאטוען געפינען זיך, פאר א נאנפראפיט ארגאניזאציע, און ווי נאר ס'איז אריבער צו פריוואטע הענט, האט מען שוין געקענט אראפנעמען די סטאטוען, ווייל די טענעסי היסטאריע קאמיסיע האט פארלוירן רעכט אריינצורעדן.

בילד: מעמפיס נעמט אראפ סטאטוען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל