קאליפארניע – עטוואס גוטע נייעס איז נעכטן געקומען פון קאליפארניע, ווען מען האט געהערט אז די פייערלעשער האבן שוין אנגעהויבן צו קריגן קאנטראל אויף גרויסע פראצענטן פונעם "טאמעס פייער", וועלכע איז אצינד דאס צווייט-גרעסטע פייער אין קאליפארניע'ס היסטאריע. דאס פייער ברענט שוין פאר מער ווי צוויי וואכן און האט פארברענט אזויפיל ווי 272 טויזנט אקער-לאנד, לענגאויס ווענטורא, סאנטא בארבארא און טיילן פון לאס אנדזשעלעס קאונטיס. נעכטן זענען געווען פאראויסגעזאגט שווערע ווינטן, אבער די ווינטן זענען נישט אנגעקומען, ערלויבנדיג די פייערלעשער צו קריגן אלס מער און מער קאנטראל, און שרייבנדיג די שורות דאנערשטאג אויפדערנאכט, איז שוין נאענט צו זיבעציג פראצענט פונעם פייער אונטער קאנטראל. אלס רעזולטאט פון די פאזיטיווע אנטוויקלונגען, האבן די אויטאריטעטן אראפגענומען אלע אקטיווע עוואקואציע פארארדענונגען פונעם גאנצן צפון קאליפארניע ראיאן.

בילד: מ'קריגט קאנטראל אויף קאליפארניע פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל