ניו יארק – נעכטן האבן ניו יארק סיטי אויטאריטעטן געמאלדן, אז דער פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל און פייער קאמישאנער דעניעל נייגרא, וועלן ביידע פארבלייבן אויף זייערע פאזיציעס פאר אמווייניגסטנס נאך 4 יאר. די מעלדונג איז געקומען הארט איידער עס הייבט זיך אן דאס נייע יאר, 18' למספרם, ווען מעיאר דעבלאזיא וועט ווערן איינגעשוואוירן פאר נאך א מעיאר טערמין פון 4 יאר, און ביי א פרעסע קאנפערענץ מיט דעבלאזיא און אניעל, האט אניעל געמאלדן אז ער פארבלייבט אויפן אמט אונטער דעבלאזיא'ס צווייטע טערמין. דעבלאזיא האט ביים פרעסע קאנפערענץ אויסגעלויבט אניעל, וועלכער האט איבערגענומען די קאמישאנער פאזיציע בערך פופצן מאנאטן צוריק, פון ביל ברעטאן. פייער קאמישאנער נייגרא און הויפט שטאטישער לעגאלער אפיציר זאקאריע קארטער, וועלן אויך פארבלייבן דורכאויס דעבלאזיא'ס צווייטע טערמין.

בילד: פאליציי און פייער קאמישאנערס בלייבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל