וואשינגטאן – א פרישער באריכט פון דער פעדעראלער רעגירונג צייגט, אז די לעבנס-ערווארטונג – דאס הייסט וויפיל א מענטש אין דורכשניט לעבט – איז היי יאר געפאלן, וואס עס איז דאס צווייטע יאר אין א צי וואס עס פאלט, נאכדעם וואס מער ווי צוואנציג יאר אין א צי האט זיך עס נאכאנאנד געהויבן. די סטאטיסטיקס און ציפערן ווערן צוזאמגעשטעלט דורכ'ן צוזאמרעכענען אלע טויטפעלער פונעם גאנצן יאר, אריינגערעכנט די וועלכע זענען געשטארבן נאטורליך פון אלטקייט, די וועלכע זענען געשטארבן פון קרענק, און אויך די וועלכע זענען געשטארבן פון עקסידענטן, קאטאסטראפעס, דראגס אדער קרימינאליטעטן. לויט די אפיציעלע סטאטיסטיקס, האלט עס יעצט אז די לעבנס-ערווארטונג פאר אן אמעריקאנער בירגער אין דורכשניט איז 78.6 יאר. מיר אידן ווייסן וואס ס'שטייט אין תהלים "ימי שנותינו שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה", און זאל זיין פאר יעדן איד עד מאה ועשרים שנה אמן.

בילד: לעבנס-ערווארטונג פאלט אין אמעריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל