קאנאדע – א פאמיליע וועלכע האט פארלוירן 846 טויזנט דאלאר ירושה, צוליב וואס די יו-פי-עס פירמע האט עס פארלוירן, וועט ענדליך באקומען די געלטער פון זייער באנק, צען מאנאטן נאכדעם וואס די געשיכטע האט פאסירט. דער פאטער פון דער פאמיליע איז געשטארבן און איבערגעלאזט די גרויסע ירושה אין דער "טי-די-קאנאדע" באנק. די באנק האט געזאגט אז זיי שיקן א ספעציעלן "דרעפט" טשעק, וואס מען קען נאר ארויסנעמען די ירושה געלט ווען מען קומט אריין אין באנק פערזענליך מיט'ן טשעק. זיי האבן געווארט און געווארט אז דער דרעפט טשעק זאל אנקומען, וואס ס'האט געזאלט אנקומען מיט יו-פי-עס, אבער ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען. די פאמיליע האט זיך געבעטן ביי דער באנק, אז זיי זאלן ארויסשיקן א נייע, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז פארלוירן געגאנגען דורך די יו-פי-עס איינגעשטעלטע, אבער די באנק האט זיך גע'עקשנ'ט, זאגנדיג אז יו-פי-עס דארף עס באצאלן. ענדליך די וואך, נאך 10 מאנאטן דראמא, האט די באנק געמאלדן אז זיי וועלן ארויסשיקט א נייעם דרעפט טשעק.

בילד: די באנק באצאלט די ירושה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל