נעכטן איז א קאטאלאניע פארגעקומען היסטארישע וואלן, פאררופן דורך די פעדעראלע רעגירונג אין שפאניע, נאכדעם וואס זי האט אויפגעלעזט דעם יעצטיגן פארליאמענט אין ליכט פון א רעפערענדום וואס איז דורכגעפירט געווארן אין אקטאבער אין וועלכע די מערהייט איינוואוינער אין קאטאלאניע האבן אויסגעדריקט זייער ווילן זיך צו אפטיילן פון די שפאנישע פעדעראציע, און גרינדען א זעלבסשטענדיגע לאנד ״קאטאלאניע״.

אין ליכט פונעם רעפערענדום האט די שפאנישע העכסטע געריכט פאראורטיילט פילע פון די פאליטישע פירער פון קאטאלאניע, טייל זענען ארעסטירט געווארן, און אנדערע זענען אנטלאפן, צווישן זיי דער געוועזענער קאטאלאניער פרעזידענט קארלעס פואידשימאנט וועלכער געפונט זיך יעצט אין בעלגיע צו אויסמיידן א טורמע טערמין אין זיין היימלאנד.

בילד: סעפאראטיסטן אין שפאניע געווינען ווידער א מערהייט אין פארליאמענט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

דאס איז נאר א קליינע טייל פון די ארטיקל. לייענט די גאנצע ארטיקל דא.
די נעכטיגע וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן אין ברען פון א גאר היציגע פאליטישע קלימאט וועלכע צוטיילט דאס לאנד צווישן די סעפעראטיסטן און די ״יוניאניסטן״ וועלכע ווילן פארבלייבן טייל פון שפאניע, די וואלן האט ארויסגערופן שטארקע עמאציאנען אין לאנד און עס האט ארויסגעברענגט א מאסיווע רעקארד ארויסקום פון איבער 80% פון די וויילער.

די רעזולטאטן פון די וויילן צייגן אז די סעפאראטיסטישע פארטייען וועלכע אדוואקאטירן פאר א זעלבסשטענדיגע קאטאלאניע האבן אנגעצויגען א היבשע מערהייט, אבער ווייניגער ווי די מערהייט וואס זיי האבן אצינד. אבער פארט בלייבט אומקלאר ווער עס וועט צוזאמענשטעלן די קומענדיגע רעגירונג וויבאלד קאטאלאניע האט פארליאמענטערער סיסטעם פון רעגירונג אין וועלכע די פארטיי וואס קען צוזאמענשטעלן א קאאליציע רעגירט, און עס איז מעגליך אז די דריי סעפאראטיסטישע פארטייען וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן.

צווישן די זיבן פארטייען וועלכע וועלן אריין אינעם קומענדיגן פארליעמענט, איז די פארטיי מיט די העכסטע צאל שטימען די ״בירגער פארטיי״ וועלע האט אנגעצויגן 25.3% פון די שטימען און דערמיט געווינען 37 זיצן פון די 135 אינעם פארליאמענט, אויפ׳ן צווייטן פלאץ איז אריינגעקומען די פארטיי פונעם פארטריבענעם פרעזידענט און דאן נאך צוויי סעפאראטיסטישע פארטייען, איינע פון זיי וואס זייער פירער איז אין טורמע.

לויט אנאליסטן פארמאגט פרעזידענט פואידשימאנט גענוג שטיצע צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע, אבער עס איז אומקלאר אויב די שפאנישע אויטאריטעטן וועלן אים צוריק אריינלאזן אין לאנד, היינט אינדערפרי האט פואדישמאנט געגעבן א רעדע פון זיין גלות ארט אין בריסל אין וועלכע ער האט גערופן פאר באנייעטע געשפרעכן מיט די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד צו לעזן דעם קאנפליקט און פאליטישע כאאס.

״קאטאלאניע וויל זיין א זעלבסשטענדיגע לאנד, דאס איז די ווילן פון די קאטאלאניער בירגער ווי עס האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט נעכטן, די ביז יעצטיגע וועג פון די שפאנישע רעגירונג ארבייט נישט, איך בין גרייט צו האלטן ערנסטע געשפרעכן מיט די רעגירונג צו טרעפן א ריכטיגע לעזונג צום קריזיס״ האט דער פרעזידענט געזאגט פון זיין וואוינארט אין בריסל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל