אין ליכט פון די אמעריקאנער אנערקענונג אין ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל - און ספעציעל נאכדעם וואס זי האט נעכטן באקומען מאסיווע שטיצע פון די אינטערנאנציאנאלע געמיינדע ביי אן אפשטימונג אין די יו.ען. ווען 128 לענדער האבן אנידערגעשטימט דעם אמעריקאנער באשלוס - האט די פאלעסטינער אויטאריטעט געמאכט א דראמאטישע דערקלערונג אז זי וועט אפיציעל מער נישט אננעמען קיין שלום פארשלאגן פון אמעריקע איבער דעם מדינת ישראל-פאלעסטינער קאנפליקט, וואס באדייט אז אמעריקע קען מער נישט זיין קיין פארמיטלער אין ברענגען א לעזונג צום לאנג פארצויגענעם קאנפליקט.
״אמעריקע האט זיך ארויסעשטעלט צו זיין איינזייטיג און א אומגערויבארער פארמיטלער אין די פארהאנדלונגען״ האט עבאס געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענץ אין פאריז, און האט גלייכצייטיג קלאר געמאכט אז ער וועט נישט אננעמען דעם שלום פלאן אויף וועלכע דאס ווייסע הויז ארבייט שוין לאנגע חדשים, און ווערט אויסגעארבייט דורך פרעזידענט טראמפ׳ס ספעציעלע שליח צום מיטל מזרח דשעיסאן גאלדבלאט אינאיינעם מיט׳ן פרעזידענטליכן ראט געבער דשערעד קושנער.
די סטעיטמענט פון עבאס פאלגט נאך א ענליכע סטעיטמענט וואס ער האט געמאכט מיט עטליכע וואכן צוריק ביי אן איסלאמישע קאנפערענץ אין טערקיי, אבער דאסמאל האט ער עס באשטעטיגט און קלאר געמאכט, דאס באדייט אז די שלום פלאן אויף וועלכער פרעזידענט טראמפ האט געלייגט שטארקע האפענונגען, און האט געזאלט ווערן פארגעשטעלט פאר ביידע זייטן אין די קומענדיגע וואכן איז אצינד אומרעלעוואנט, און דערווייל וועט ווייטער נישט פארקומען קיין געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער וועלכע האבן זיך שוין נישט געזעצט צום פאראנדלונגס טיש זינט אפריל 2014 ווען א שלום פלאן פון דעמאלסטדיגן סעקערטערי אף סטעיט קערי איז דורכגעפאלן.

הוסף רשומת תגובה