פילע צענדליגע אידן פון די סאוט פלארידע געגענטער און וועסט פאלם ביעטש וועלן זיך היינט פארזאמלן צו אויסדרוקן הכרת הטוב פאר׳ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ פאר זיין נאבעלע שריט מיט׳ן באפרייען ר׳ שלום מרדכי רובאשקין פון זיין איבערגעטריבענע טורמע טערמין, די פארזאמלונג וועט פארגעקומען אין די דרעיער פארק אין וועסט פאלם ביעטש ווי דער פרעזידענטליכע מאטארקאדע וועט אדורכפארן אויף זיין וועג צום מאר-א-לאגא רעזארט ארט וואס געפונט זיך דערנעבן און דער פרעזידענט וויילט דארט יעצט אויף די ענדע וואך און די חגאות.

די פארזאלמטע וועלן האלטן שילדן וועלכע דרוקן אויס די דאנקבארקייט אין די אידישע וועלט פאר׳ן פרעזידענט פאר זיין ״חנוכה מתנה״ וואס ער האט געשאנקן פאר כלל ישראל. צווישן די שילדן אנגעגרייט דורך די ארגאניזירער ליינט זיך איין שילד ״א דאנק אייך פרעזידעט פאר׳ן פאראייניגן א טאטע מיט צען קינדער״ און נאך פארשידענע שילדן מיט פארשידנארטיגע אויפשריפטן.

 אין א שמועס וואס די ״פיינע נייעס״ האט אפגעהאלטן מיט די אנפירערין פונעם ראלי זאגט זי אז די פארזאמלונג איז אפגעשטופט געווארן אויף היינט ארום 2 אזייגער מיטאג ווען דער פרעזידעט פארט אריבער, און זיי זענען אין קאנטאקט מיט די אויטאריטעטן צו קענען שטיין גאר נאנט צום פרעזידענט׳ס קאר מיט די האפענונג אז ער זאל קענען זען, און מעגליך אפילו פערזענליך באגריסן די באטייליגטע. זי זאגט אז דערווייל האבן זיך איינגעשריבן איבער 100 מענטשן און מען רישט זיך אפילו אויף מער פון דעם.

אין אנדערע נייעס טוט ר׳ שלום מרדכי ווייטער ארומגיין אין אידישע צענטערן צו דאנקן פאר יעדן וואס האט געהאלפן ברענגען צו זיין באפרייאונג, און וועט היינט אפשטאטן א באזוך אין שיכון סקווער זיך צו באדאנקן פאר׳ן רבי׳ן שליט״א און די חסידים וועלכע האבן אסאך געלייסטעט פאר זיין באפרייאונג מיט געלט און שתדלנות.

בילד: אידן אין פלארידע האלטן אפ א ״דאנק פאראדע״ פאר׳ן פרעזידענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל