דער בריטישער אויסערן מינסטער באריס דשאנסאן געפונט זיך יעצט אויף א דיפלאמאטישע מיסיע אין מאסקווע, עס איז דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 5 יאר וואס א בריטישער מיניסטער באזוכט מאסקווע, צוליב דעם וואס די צוויי לענדער האבן גאר אנגעשטרענגטע באציאונגען, אין א פרעסע קאנפערענץ מיט זיין קאנטער-קאלעגע סערגעי לעווראוו האט דשאנסאן געזאגט אז בריטאניע זוכט צו פארבעסערן אירע באציאונגען מיט רוסלאנד.

״עס איז נישט קיין סוד אז די באציאונגען זענען ביים נידריגסטן שטאפל אבער מיר זוכן עס צו פארבעסערן״ האט דשאנסאן דערקלערט נאך א אנגעצויגענע געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע די צוויי האבן עפנטליך אויסגעטוישט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען, לעווראוו האט פארגעווארפן פאר דשאנסאן איבער עפנטליכע קאמענטארן וואס ער האט געמאכט פאר די באגעגעניש אין וועלכע ער האט באשולדיגט רוסלאנד אין באגיין קרימינאליטעטן אין סיריע און אין אוקראינע, און האט אויך אפגעווארן די באשולדיגונג האט רוסלאנד האט זיך פרובירט צו אריינמישן אין די וואלן אין אייראפע און אין ענגלאנד, אויף וועלכע דשאנסאן האט אים איבערגעהאט און געזאגט ״מיינסט צו זאגן אז עס איז נישט געלונגען״.

די גיסטע ביים פרעסע קאנפערענץ איז אבער געווארן מער לויז שפעטער ווען די צוויי האבן גענומען מער א פערזענליכע טאן, און די צוויי וועלכע זענען געבענטשט מיט א שארפן הומאר האבן אויסגעטוישט שטעכעדיגע וויצן, צווישן אנדערע איז געווען א קאמישע מאנמענט אין וועלכע דשאנסאן האט געזאגט ״איך האב צוטרוי אין לעווראוו, ווען איך בין אריינגעקומען דא האב איך אים איבערגעגעבן מיין מאנטל, מיט אלע סודות וואס ליגן אין די קעשענעס״ אויף וועלכע לעווראוו האט רעאגירט ״די קעשענעס זענען ליידיג, באריס״ און דשאנסאן האט גלייך געענטפערט ״איך האב געוויסט אז דו וועסט טאפן אין די קעשענס…״.

בילד: בריטישער אויסערן מיניסטער דרוקט אויס האפענונג פאר נענטערע באציאונגען מיט מאסקווע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל