ווען אמעריקע האט אנדעקט דעם אטאם באמבע האט זי אין די זעלבע צייט פארזען די שרעקליכע קענסעקווענצן וואס די פראבעס און אנטוויקלונגען דערפון קען האבן אויף אמעריקאנער בירגער, א גרונטליכע שטודיע צייגט אז נוקלעארע טעסטן אויף אמעריקאנער באדן האט געקאסט די שוידערליכע צאל פון 340,000 ביז 690,000 פאטאליטעטן אין די יארן צווישן 1952 ביז 1973. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך וויסנשאפטליכער אין די אריזאנע יוניווערסיטעט, אין וועלכע פארשער האבן זיך באנוצט מיט א צאל מיטלן צו דערגיין די ראדיאציע שטאפלן אין די ערד און נאכגיין מעדצינישע רעקארדס און נאך פארשידענע מעטאדן צו דערגיין אומגעפער די צאל טויטפעלער.

בילד: אמעריקאנער נוקלעארע טעסטן האבן אומגעברענגט פיל מער ווי מען האט געמיינט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


דאס איז נאר א קליינע טייל פון די ארטיקל. לייענט די גאנצע ארטיקל דא.


צווישן 1951 ביז 1963 האט אמעריקע אויספרובירט אירע נייע שפילצייג אין א מדבר׳ישער ראיאן אין נעוואדע, און צענדליגע טויזנטער ארבייטער זענען געווארן דירעקט אויסגעשטעלט צו די ראדיאקטיווע אפפאל, און נאך הונדערטער טויזנטער האבן אריינגענומען קלענער דאזעס וויבאלד זיי האבן געטרינקען מילך פון קיען וועלכע האבן געפאשעט אין די פעלדער ווי די ערד איז געווען איינגעזאפט מיט שעדליכע ראדיאקטיווע אפפאל, און ווי די רעקארדס צייגן איז די צאל קענסער ליידנדע דראמאטיש געשטיגן אין די גאנצע אומגעגענט, א זאך וואס האט עווענטועל געצווינגען קאנגרעס צו פארגוטיגן די ארטיגע איינוואוינער מיט ארום 2 ביליאן דאלער און אפשטעלן די טעסטן.

ביז יעצט איז געווען אנגענומען אז די צאל פאטאליטעטן איז געשטאנען ביי ארום 49,000 טויטפעלער, אבער די יעצטיגע גרונטליכע שטודיע האט צום ערשטן מאל גענוצט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו דערגיין מער אקוראטע ציפערן, און צו זייער שטוינונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צאל איז אלעמאל דראסטישע אונטערגעשאצט געווארן, און מען האט פארזען דעם פאקט אז הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער זענען נאך געווען אויסגעשטעלט צו ראדיאציע לאנגע יארן נאכדעם וואס די טעסט זאנע איז געשלאסן געווארן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל