די טראנספארטאציע זיכערהייטס אגענטור איז אין די לעצטע מאנאטן געקומען אונטער שארפע קריטיק, סיי פאר איר שטייטע ארבייט און סיי פאר דעם וואס א אינערליכע טעסט האט געצייגט אז זי האט פארפעלט אין פילע פעלער צו באמערקן וואפן וועלכע זענען דורכגעשמוגלט געווארן.

די אגענטור זאגט אז די צוויי זאכן זענען פארבינדען, און אונטער די יעצטיגע טעכנאלאגיע האט זי נישט די מעגליכקייט צו זען פונקטליך וואס טוט זיך אין א רוקזאק אדער טאשקע וואס פארט אונטער איר סקענער וויבאלד עס ארבעט בלויז מיט א 2-D טעכנאלאגיע און איז דעריבער באגרעניצט וויפיל זי קען זען, און פאר דעם דארפן זיי אין פילע פעלער ארויסנעמען די טעשער וועלכע ציען פארדאכט, א זאך וואס טוט פילפאכיג פארלענגערן דעם פראצעדור, און טוט פארלענגערן די שווערע ליניעס ביי די זיכערהייטס רייען.

די אגענטור האט געמאלדן אז צו פארריכטן דעם פראבלעם וועלן זיי אנהייבן א מולטי מיליאן דאלער פראיעקט צו אינסטאלירן פיל מער פארגעשריטענע 3-D סקענערס וועלכע קענען אינגאנצען אריינקוקן פונטקליך וואס טוט זיך אינעם טאש, א זאך וואס וועט ברענגען דערצו אז מען וועט נישט דארפן אויספאקן די לעפטאפס און פליסיגקייטן פונעם טאש, און די טאשן וועלן אויך קענען אריבערפארן מיט א שנעלער ספיד.

די טעכנאלאגיע איז ענליך צו די קעטסקען וואס איז אין באנוץ פון די שפיטעלער, און ווערט אויך גענוצט צו דורכסקענען אלע רענצלעך וואס פארן מיט אינעם באגאדש פונעם פליגער, אבער עס האט ביז יעצט נישט געקענט גענוצט ווערן פאר טאשקעס צוליב דעם וואס זי איז גאר גרויס אין מאס, אצינד האט מען באוויזן צו פארקלערנערן דעם מאשין צו א מאס וואס ערלויבט עס צו נוצן פאר טאשקעס, עס ווערט יעצט אויספרובירט אין באסטן, און וועט שוין אריינגיין אין באנוץ אין קענעדי לופטפעלד אין די קומענדיגע מאנאטן.

בילד: טי-עס-עי וועט זיך באנייען מיט מער פארגעשריטענע סקענעס אין לופטפעלדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל