דער דעפיוטי שטאב הויפט ריק דירבוירן וועט פארלאזן דאס ווייסע הויז אין די קומענדיגע טעג, לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז. דיערבוירן איז א גאר צענטראלע פיגור אין די אדמניסטראציע און שטייט צו די האנט פונעם פרעזידענט און שטאב הויפט דשאן קעלי און צווישן זיינע פונקציעס איז ער דעזיגנירט צו פארפיגן אויף די פארבינדונג צווישן דאס ווייסע הויז און די לעגיסלאטיווע פליגל, און צווישן אנדערע איז ער געווען אינסטרומענטאל אין דעם זיג פאר די אדמיניסטראציע מיט׳ן אריבערפירן די שטייער שניטן.

לויט די באריכטן ווען דירבוירן פארלאזן זיין פאזיציע צוליב א דשאב פארשלאג וואס ער האט באקומען אינעם פריוואטן סעקטאר, אבער עס צייכנט אויך אפ די טויש אין די איינפלוס וואס דשעף סעשאנס פארמאגט אינעם ווייסן הויז, דירבוירן איז איינע פון די לעצטע אפיציעלע געהילפן וועלכע זענען אריינגעשטעלט געווארן דורך סעשאנס מיט ווען ער איז גאר נאנט.

בילד: וויכטיגער געהילף וועט פארלאזט ווייסן הויז

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל