א דיסטריקט ריכטער אין וואשינגטאן די.סי. האט נעכטן ארויסגעווארפן א קלאגע וועלכע איז איינגערייכט געווארן דורך די גרופע ״בירגער פאר עטיקס און פאראנטווארטליכקייט״ אינאיינעם מיט נאך גרופעס קעגן פרעזידענט טראמפ איבער זיין אייגענטומערשאפט פונעם ״טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל״ אין וואשינגטאן. די קלעגער זאגן אז די פאקט אז דער פרעזידענט האט ביזנעס אינטערעסן אינעם האטעל שאפט קעגנזייטיג אינטערעסן וויבאלד פילע אויסלענדישע דיפלאמאטן טוען בעפארצוגן צו איינשטיין אינעם האטעל צו געפעלן דעם פרעזידענט, און ער טוט אזוי ארום ארויסנעמען פינאנציעלע בענעפיטן פון זיין פרעזידענטשאפט, און עס טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנעלע פארבאט אויפ׳ן פרעזידענט צו אננעמען מתנות פון אויסלענדישע רעגירונגען אן ערלויבעניש פון קאנגרעס. דער ריכטער האט אין זיין באשלוס געשריבן אז דאס איז א אנלעגנהייט וועלכע געהערט צו קאנגרעס און די יורידישע פליגעל פונעם רעגירונג איז נישט אויטאריזירט צו באשליסן דערוועגן. די קלעגער האבן פארשפראכן צו אפעלירן דעם אורטייל.

בילד: עטיקס קלאגע קעגן פרעזידענט טראמפ ארויסגעווארפן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל