ביטקוין האט אפגעצייכנט היינט די זעקעסטע טאג פון פארלוסטן, נאכדעם וואס זי האט מיט א וואך פריער געזען א ווילדע העכערונג א וואך פריער, דאס צייכנט אפ די לענגסטע צייט אפשניט וואס די וואלוטע זעט א נאכאנאנדיגע פארלוסט זינט סעפטעמבער, און קומט נאכדעם וואס איינער פון די גרינדער פון דעם וואלוטע האט פארקויפט זיינע ווירוטאלע מטבעות, א זאך וואס האט אויפגעברענגט סקעפטיציזם, אזוי אויך האבן אנדערע ווירטואלע וואלוטעס געזען א טראסק היינט אינדערפרי. ביטקוין איז געפאלן מיט א נעט ווערט פון 6,590$ זינט איר הויכפונקט דעם דעצעמבער 12 ווען זי איז געשטאנען ביי 12,753$ פער מטבע.

פון די אנדערע זייט האבן האנדלער מיט קריפטא-וואלוטע באקומען פאזיטיווע נייעס ווען צענטראלע אינסטיטוציעס אויף וואל סטריט האבן אנגעהויבן נעמען שריט צו שענקן אפיציעלע לעגיטימאציע פאר דעם וואלוטע, און די ריזן פירמע גאלדמאן-סאקס האט אויפגעשטעלט אן אפטיילונג וועלכע וועט האנדלן און שפעקולירן מיט דעם, און וועט אריינגיין אין קראפט דעם ענדע יוני, און דאס וועט ברענגען דערצו אז עס זאל ווערן מער סטאביל און רעגולירט.

בילד: ביטקוין טראסקעט מיט איבער 30% אין בלויז 6 טעג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל