נעכטן האט עפל צום ערשטן מאל מודה געווען אין א זאך וואס טעכנאלאגיע עקספערטן שפעקולירן שוין יארן, נעמליך אז די ״עפל״ פירמע טוט דירעקט פארשטייטערן אירע עלטערע אייפאונס מיט׳ן ציל צו צווינגען אירע קאסטומערס זיך צו איינהאנדלן די נייערע און טייערע מאדעלן, מיט וועלכע זי קומט ארויס איינמאל א יאר, זי טוט דאס דורך אריינלייגן א פראגראם וועלכע טוט אפשוואכן דעם סיסטעם נאך א געוויסע צאל מאל וואס די בעטערי ווערט ריטשארדשד.

עס האבן זיך שוין צוזאמענגענומען צוויי גרופעס פון באנוצער און אריינגעגעבן א ״קלעס-עקשאן״ אנקלאגע קעגן די פירמע, זאגנדיג אז די פירמע האט זיי געצווינגען אומבארעכטיגט צו קויפן נייע אפאראטן, איין אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אין אילניו, און נאך איינס אין קאליפארניע. עפל לייקנט אז די ציל פון דעם וואס זי טוט דאס איז צו צווינגען קאסטומערס צו קויפן נייע אפאראטן נאר זאגט אז עס פעלט זיך אויס צוליב א פראבלעם וואס קען זיך אנדערש מאכן מיט די בעטערי אז עס לעשט זיך אויס פלוצלינג.

בילד: עפל ווערט געקלאגט פאר׳ן דירעקט פארשטייטערן אירע אלטע ״אייפאונס״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל