OCD: Obsessive Compulsive Disorder

Image result for ocd

לאמיר יא רעדן דערפון!
לאמיר צום ערשט אפטייטשן די ווערטער.
Obsessions באדייט: אומגערופענע און אומגעוואונטשענע מחשבות\בילדער\קולות וואס ברענגען אנגעצויגנקייט און זארג. און מ'קען זיי נישט פארטרייבן אדער פארשטעקן.

Compulsions באדייט: פיזישע אדער גייסטישע שריט וואס מענטשן שפירן געצווינגען צו טון, כדי צו 'בארואיגן' די אנגעצויגנקייט פון זייערע אבסעסיעס.

אריינטראכטן טיף, און זיין פארזיכטיג, איז א נארמאלע און געזונטע זאך - ביי ערוואקסענע מענטשן.

אבער 'פראבלעמאטישע' Obsessive Compulsive, איז ווען עס גייט צו אן עקסטרעם. יונגע קינדער וואס טראכטן אריין זייער טיף, און זענען אויסטערליש פארזיכטיג, איז מעגליך א אישו. אויב זיי זענען אנגעצויגן מער ווי 1 שעה יעדן טאג, איז עס א פראבלעם.

ביישפילן פון Obsessions ביי OCD
👈 פארגיפטונג (germs, סם א.ד.ג.)
👈 קאטאסטראפעס (שטארבן פון א באליבטן)
👈 משונה'דיגע פונקטליכקייט
👈 אומזיכערקייט/איבערגע'חזר'טע פרומקייט
👈 אומגעוואונטשענע מחשבות
👈 אגרעסיווע געדאנקען
👈 זארג וועגן דעם קערפער
👈 האלט זיך צוריק פון טון געוויסע וויכטיגע זאכן צוליב מחשבה און פחד פון אומריכטיג אויספירן
                         
ביישפילן פון Compulsions ביי OCD
👈 וואשן: הענט \ פען-פענסיל \ קליידונג \ א.ד.ג.
👈 פארמיידן שמוציגע זאכן
👈 טשעקן: טירן, פענסטערס, לעדלעך, צימערן א.ד.ג.
👈 איבערציילן
👈 מסדר זיין זאכן
👈 אנרירן אדער אנטאפן זאכן
👈 איבער'חזר'ן זאכן
👈 בעטן מענטשן איבערצו'חזר'ן זאכן

מענטאל געזונטהייט, צום הערן

ווען דארף מען גיין פאר הילף?



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל