וואשינגטאן – א רעגירונג שאטדאון, וועלכע וואלט אריין אין אפעקט היינט נאכט, איז אין די לעצטע מינוט פארמיטן געווארן, נאכדעם וואס קאנגרעס האט דאנערשטאג נאכמיטאג באשטעטיגט א ביל צו דעקן די רעגירונג קאסטן אויף ביז יאנואר 19. דער ביל צו פארמיידן דעם שאטדאון איז אריבער אין קאנגרעס מיט 231 שטימען, און 188 האבן געשטימט דערקעגן, וויבאלד די דעמאקראטן האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן, זאגנדיג אז זיי וועלן נאר מסכים זיין, אויב קאנגרעס באשטעטיגט צו שענקען פערמאנענטע לעגאלע סטאטוס פאר די "דאקא" אימיגראנטן, וועלכע זענען געקומען אומלעגאל קיין אמעריקע ווען זיי זענען געווען קליינע קינדער. שרייבנדיג די שורות, האט דער סענאט אויך באשטעטיגט דעם ביל. אינעם שאטדאון-פארמיידונג ביל ליגט אויך א פראוויזיע וואס פארלענגערט די "טשיפ" פראגראם וואס שטעלט צו רעגירונג העלט-אינשורענס פאר מיליאנען קינדער, אויף ביז מערץ יאר 18'.

בילד: פרישע רעגירונג שאטדאון פארמיטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל