וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן שטילערהייט, אז פרעזידענט טראמפ וועט גענצליך אויפגעבן זיין קאמף פטור צו ווערן פון אבאמאקעיר, יעצט אז ער האט סוקסעספול באוויזן צו באשטעטיגן היסטארישע שטייער רעפארמען, וואס האט אריינגענומען דאס אפשאפן איין טייל פון אבאמאקעיר. די נייעס קומט אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט געהערט אז נאענט צו 9 מיליאן מענטשן האבן זיך איינגעשריבן צו געניסן פון אבאמאקעיר אין יאר 18', אין די לעצטע פאר וואכן ווען מ'האט זיך געקענט איינשרייבן. דער ציפער פון פרישע 8.8 מיליאן מענטשן אויף אבאמאקעיר, איז כמעט אזויפיל ווי די 9.2 מיליאן וואס האבן זיך איינגעשריבן ענדע יאר 16' צו געניסן פון אבאמאקעיר אין יאר 17', און עס קומט טראץ די טראמפ אדמיניסטראציע'ס נאכאנאנדע שריט צו אונטערמינעווען דעם פראגראם.


הוסף רשומת תגובה