וואשינגטאן – אין אן אינטערעסאנטער אויפדעקונג, באריכטעט "וועניטי פעיר", אז סטיוו בענאן, דער עקסטרעם-רעכטער פיגור און געוועזענער הויפט סטראטעגיסט פון פרעזידענט טראמפ, קלערט צו לויפן פאר פרעזידענט. לויט'ן באריכט, זאגט בענאן פאר זיינע נאענטע און ארומיגע, אז ער האלט אז טראמפ גייט ווערן אימפיטשט, און ער גיט בלויז א דרייסיג פראצענט שאנס אז טראמפ גייט ענדיגן אויסדינען זיין גאנצן ערשטן טערמין – און אויב וועט טראמפ טאקע אימפיטשט ווערן, אדער נישט לויפן פאר קיין צווייטן טערמין, וויל בענאן אליינס דערקלערן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט, און ער וועט לויפן אויפ'ן זעלבן מעסעדזש ווי טראמפ.

דער באריכט צייגט אויך אז בענאן האלט אז טראמפ איז "אן 11 יעריג קינד".

בילד: בענאן קלערט צו לויפן פאר פרעזידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל