מיטללענדישער ים – דאס קליינע אינזל קארסיקע, וועלכע געפינט זיך אינעם מיטללענדישן ים, און עס איז אפיציעל א ראיאן וואס באלאנגט פאר פראנקרייך, האט היי יאר חנוכה געהאט דאס ערשטע גרויסע חנוכה ליכט צינדן צערעמאניע אין פובליק, זינט איר היסטאריע. דאס אינזל-לאנד האט א מערקווירדיגע היסטאריע מיט אידן, אז בשעת'ן צווייטן וועלט קריג, ווען פראנקרייך איז געווען אונטער דעם נאצישן ווישי רעזשים, זענען די אויטאריטעטן אין קארסיקע געווען די איינציגסטע פון אלע פראנצויזישע ראיאנען און טעריטאריעס וועלכע האבן זיך אנטזאגט אויסצופאלגן די נאצישע פארארדענונגען צו שיקן די ארטיגע אידן פאר דעפארטאציעס. אצינד דינט דארטן אלס רב ר' לוי פינסאן הי"ו, וועלכער האט ארגאניזירט די ערשטמאליגע פובליק חנוכה ליכט צינדן, מיט דער באטייליגונג פון רעגירונג באאמטע.

בילד: ערשטמאליגע חנוכה ליכט אין קארסיקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל