סערביע – עטליכע אידן וועלכע זענען געגאנגען מתפלל זיין ביים אידישן בית החיים אין דער שטאט פאנטשאווע (Pančevo) אין סערביע, האבן באמערקט ווי דער בית החיים איז וואנדאליזירט געווארן. לויט די אידישע באזוכער, זענען פילע פון די מציבות אינגאנצן צעשפליטערט אויף שטיקער, און אנדערע וואלגערן זיך געשענדעטערהייט ארום דעם בית החיים.

דער סערבישער הויפט רב, הרב יצחק אזיאל הי"ו, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז עס איז שאקירנד און ווייטאגליך אז א בית החיים געפינט זיך אין אזא צושטאנד, און ער האט געשיקט א ביטע צו די לאקאלע אויטאריטעטן אין פאנטשאווע אויסצופארשן די זאך. דער וואנדאליזם איז אויפגעדעקט געווארן מיט עטליכע טעג צוריק, און צוויי טעג שפעטער, איז געלונגען פאר די פאליציי צו ארעסטירן צוויי יוגענטליכע.

בילד: בית החיים אין סערביע וואנדאליזירט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל