קיעוו – די הויפט אוקראינער שפיאנאזש אגענטור האט ארעסטירט א הויכראנגיקן רעגירונג באאמטן, אויף דער באשולדיגונג אז ער איז א רוסישער שפיאן. די רעדע איז פון סטאניסלאוו יעזשעוו, וועלכער האט געדינט עטליכע יאר אלס הויפט דאלמעטשער פאר די סאמע העכסטע רעגירונג באאמטע, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט באגלייט דעם אוקראינישן פרעמיער מיניסטער אויף פילע רייזעס איבער דער וועלט. איינע פון די רייזעס וואס ער האט געמאכט אינאיינעם מיט'ן פרעמיער מיניסטער איז געווען אין יולי, ווען ער איז געווען טייל פון די אפיציעלע אוקראינישע דעלעגאציע וואס האט באזוכט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי אין לאנדאן. אוקראינער פראקורארן זאגן אז יעזשעוו האט שטילערהייט געזאמלט אינפארמאציע איבער די רעגירונג אקטיוויטעטן, און נאכאנאנד געשיקט באריכטן און מעסעדזשעס צו די רוסישע שפיאנאזש קווארטירן אין מאסקווע.

בילד: אוקראינע אנטדעקט רוסישן שפיאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל