סעאל – א זעלנער פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא, האט דעפעקטירט קיין דרום קארעא, אריבערלויפנדיג די ספעציעלע "דעמיליטעריזירטע זאנע" גרעניץ קיין דרום קארעא. ווען די אנדערע צפון קארעא זעלנער ביים גרעניץ האבן עס באמערקט, האבן זיי אנגעהויבן נאכלויפן זייער קאמעראד און געקומען גאר נאענט צו דרום קארעא טעריטאריע, וואס האט געצוואונגען דאס דרום קארעא מיליטער אריינצושיסן צוואנציג רונדעס קוילן, אלס א ווארענונג אז די צפון קארעא זעלנער זאלן נישט אריינקומען. דאס איז שוין די צווייטע אזא דעפעקציע אין א צייט אפשניט פון בלויז פינף וואכן, וואס ביי די ערשטע זעלנער דעפעקציע, מיט 5 וואכן צוריק, האבן די צפון קארעאר זעלנער געשאסן און פארוואונדעט דעם דעפעקטירער.

בילד: פרישע דעפעקציע קיין דרום קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל