פיאנגיענג – באריכטן האבן נעכטן געצייגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג האט פארטיג צוגעגרייטע פלענער, דורכצופירן א מיליטערישע אטאקע אויף דער קאמוניסטישער צפון קארעא. לויט קוועלער אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, זוכט נישט אמעריקע אריינצוגיין אין קיין לאנג-פארצויגענער מלחמה מיט צפון קארעא, נאר צילט צו דערלאנגען א "בלוטיגע נאז" פאר'ן צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן, דורכ'ן שעדיגן וויכטיגע אינפראסטרוקטור אין זיין לאנד, אים צו צייגן אז אמעריקע איז זייער ערנסט מיט אירע סטראשונקעס איבער מיליטערישע שריט. די קוועלער זאגן אז איינס פון די צוגעגרייטע פלענער איז א מאכטפולע עירפארס באמבארדירונג אטאקע אויף איינס פון די ערטער וואס דער רעזשים נוצט אלס ארויסשיס פלאטפארמעס פאר אירע מיסילס.

בילד: "בלוטיגע נאז" אטאקע אויף צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל