ניו יארק – נעכטן איז פארגעקומען א זעלטענע עמורדזשענסי סעסיע אינערהאלב דער יו-ען, וואו א מערהייט וועלט'ס לענדער, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דער גלאבאלער קערפערשאפט, האבן געשטימט צו דערקלערן טראמפ'ס באשלוס איבער ירושלים, אלס "אנולירט און בטל".

די אפשטימונג אינעם יו-ען דזשענעראל אסעמבלי איז געקומען עטליכע וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט שאקירט די וועלט און געמאלדן אז אמעריקע פון וועט היינט און ווייטער אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, וואס האט געברענגט אויפברויז און צארן ביי די פאלעסטינער.

אזויפיל ווי 128 וועלט'ס לענדער האבן געשטימט פאר א יו-ען רעזאלוציע צו פארדאמען און אנולירן טראמפ'ס דעקלעראציע, בלויז 9 לענדער האבן געשטימט קעגן דער רעזאלוציע, און 35 לענדער האבן זיך געהאלטן נייטראל און נישט אפגעגעבן קיין שטימע. 21 לענדער האבן בכלל נישט אנטיילגענומען ביי דער סעסיע.

די 9 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן זענען געווען: אמעריקע, מדינת ישראל, גואטאמאלא, האנדוראס, מארשאל אינזלען, מייקראניזיע, נארו, פאלאו און טאוגאו. צווישן די 35 וועלכע האבן זיך געהאלטן נייטראל זענען געווען קאנאדא און מעקסיקא. צווישן די וועלכע האבן באשטעטיגט די רעזאלוציע זענען: כינע, פראנקרייך, רוסלאנד און ענגלאנד.

אין א רעדע בעפאר דער רעזאלוציע אפשטימונג, האט די אמעריקאנער יו-ען אמבאסאדארשע, ניקי העילי, געגעבן א רעדע, אין וועלכע זי האט ווידערהאלט אז אמעריקע וועט זייער גוט געדענקען דעם טאג און די ליסטע פון די לענדער וואס שטיצן די רעזאלוציע קעגן אמעריקע, ערווענענדיג די סטראשע פון טראמפ צוריקצוהאלטן פינאנציעלע הילף פון די אלע לענדער.

בילד: וועלט'ס לענדער שטימען קעגן טראמפ-ירושלים דעקלעראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל