ניו יארק - אידן איבער דער וועלט זענען נאך אלץ אונטער'ן שאק פונעם גרויסן נס וואס דער לעגנדארער מחזק באמונה און חסיד'ישער איד, הרה"ח ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין הי"ו, איז שוין אויף דער פריי ארויס פון טורמע, וואו ער האט נעבעך געשמאכטעט 8 יאר, און וואו אימער מ'שטייט און מ'גייט הערט מען פון אידן אויסדרוקן פון פרייד און עקסטאז איבער דער זעלטענער און זאגאר אומגלויבליכער אנטוויקלונג.

נעכטן אינדערפרי האט ר' שלום מרדכי הי"ו עולה געווען לתורה אין די ליובאוויטשער הויפטקווארטירן "770" אין קראונהייטס, וואו מ'האט די גאנצע נאכט פריער געטאנצט מיט מוזיק און געלויבט השי"ת "על נסיך ועל נפלאותיך". תיכף נאכ'ן עולה זיין, האט ר' שלום מרדכי גומל געבענטשט, און דערויף האבן אלע פארזאמלטע אויסגעבראכן אין הילכיגע געזאנגען, זיך פרייענדיג מיט כלל ישראל'ס בעל שמחה.

נעכטן האט מען אויך געהערט מער דעטאלן איבער וויאזוי די באפרייאונג איז צושטאנד געקומען, ווען עסקנים האבן דערציילט אז דער ווייסער הויז שטאב-הויפט, דזשאן קעלי, איז געווען שטארק איבערגעגעבן און האט א סאך געטאן צו לייגן דרוק אויפ'ן פרעזידענט, צו באשטעטיגן די באפרייאונג.

קעלי און אנדערע ווייסע הויז באאמטע האבן געלאזט וויסן, אז אויב וויל מען אז דער פרעזידענט זאל באשטעטיגן די באפרייאונג, מוז עס באקומען שטיצע פון פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, האט מען זיך דאן געוואנדן צו פילע פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, וועלכע האבן געשריבן עפנטליכע בריוון לטובת ר' שלום מרדכי'ן.

דאס ווייסע הויז האט אויך פובליצירט נעכטן א קאפיע פון דער אריגינעלער באפרייאונג פארארדענונג, מיט'ן אונטערשריפט פון פרעזידענט טראמפ יר"ה.

ווי מ'האט געהערט בלייבט ר' שלום מרדכי ווייטער שולדיג די 26 מיליאן דאלאר שטראף-געלט פאר דער רעגירונג, אבער ער מוז נאר מאכן א צאלונג פון 25 דאלאר פער יעדע 3 מאנאטן.

אין אנדערע נייעס האט מען געהערט אז א גרויסע פארזאמלונג, וועלכע איז געווען געפלאנט אויף נעכטן נאכט אין לעיקוואוד, אלס א קבלת פנים און סעודת הודאה פאר ר' שלום מרדכי הי"ו, איז אפגעשטופט געווארן אויף קומענדיגע וואך, וויבאלד עסקנים ארבעטן, ס'זאל זיין אויף פראפארציעס וואס וועט ריכטיג אפשפיגלען כלל ישראל'ס פרייד מיט דער באפרייאונג.

דאקומענט: טראמפ דעקלעראציע 1 דאקומענט: טראמפ דעקלעראציע 2

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל