די אינטענאציאנאלע רויטע קרייץ האט ארויסגעגעבן א ווארנונג איבער די קאטעסטראפעל צושטאנד אין תימן, איינע פון די ארימסטע לענדער אינעם מיטל מזרח, און א לאנד וואס ליידט גאר שווער פון א ביטערע ציווילע קריג וואס רואינירט דאס לאנד זינט 2015, אינעם באריכט זאגן זיי אז איבער א מיליאן בירגער זענען אנגעשטעקט מיט כאלערע צוליב די שווערע סאניטארע צושטאנד, און אזוי אויך זענען איבער 80% פון די תימנ׳ער בירגער אויסגעשטעלט צו הונגער, און האבן נישט קיין צושטאנד צו קיין ריינע וואסער און סאניטארישע מיטלן. תימן איז א לאנד וואס אימפארטירט 90% פון אירע שפייז געברויכען, און א טאטאלע בלאקאדע אינפארסירט דורך סאודי אראביע לאזט איבער דאס לאנד אין א שווערע שפייז מאנגל. די באריכט זאגט אז הונדערטער טויזנטער קינדער זענען אין א שווערע לעבנס געפאר.

בילד: איבער א מיליאן תימנ׳ער בירגער אנגעשטעקט מיט כאלערע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל