אין ליכט פון אינטערנאציאנאלע באריכטן איבער אנגייענדע מענטשן רעכט פארלעצונגען אין מיאנמער קעגן די מינאריטעט רוהינגע מוסלעמענער שבטים, אקציעס וועלכע זענען באצייכנט געווארן דורך די פעלקער פאראיין אלס עטנישע רייניגונגען, האט דער אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט ארויפגעלייגט א מיניאמער גענעראל אויף א שווארצע ליסטע פון אינדיווידועלן אויף וועלכע אמעריקע לייגט ארויף סאנקציעס צוליב מענטשן רעכט פארלעצונגען. אינעם סטעיטמענט זאגט די דעפארטמענט אז דער גענעראל מיאנג סאו איז פאראנטווארטליך אויף די פארטרייבונג פון איבער 600ֿ,000 מיטגלידער. אויף די ליסטע געפונען זיך נאך 52 אינדיווידועלן און קערפערשאפטן וואס ווערן באשודליגט אין מענטשן רעכט פארלעצונגען, אריינגערעכנט - ליידער - א מיליאנער פון בני ברק וועלכער ווערט באשולדיגט אין העלפן דעם קארופטירטער פירער פון קאנגא.

בילד: אמעריקע לייגט ארויף פערזענליכע סאנקציעס אויף מיאנמער גענעראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל