אויפ׳ן באפעל פונעם אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס האבן פראקורארן פונעם יוסטיץ דעפארטמענט אריבערגערופן עטליכע עף-בי-איי אויספארשער פאר א פארהער איבער א פאל אין וועלכע עס איז אויפגעקומען א פארדאכט אז הילערי קלינטאן האט - אלס סעקערטערי אף סטעיט - באשטעטיגט א נוקלעארע פארקויף צוליב פערזענליכע אינטערעסן, א קאנטראווערסיע וועלכע איז לעצטנס געקומען צום אויבערפאלן, און איז באקאנט אלס ״אוראניום וואן״.

עס האנדלט זיך איבער א אפמאך צוריק אין 2010 אין וועלכע אמעריקאנער אוראנים מינעס און געצייג זענען פארקויפט געווארן פאר א רעגירונג קאנטראלירטע ענערגיע פירמע אין רוסלאנד פאר ציווילע געברויכן, די סטעיט דעפארטמענט איז געווען איינע פון די צען אמעריקאנער אגענטורן וועלכע האבן באשטעטיגט דעם פארקויף נאכדעם וואס זיי האבן באשטעטיגט אז דאס שטעלט נישט קיין געפאר פאר אמעריקאנער זיכערהייט.

בילד: יוסטיץ דעפארטמענט קוקט פריש אריין אין הילערי קלינטאן סקאנדאלן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


עס זענען אבער אפירגעקומען פארדאכטן אז די פראצעדור איז געווען קארופטירט און אז די קלינטאנס האבן געהאט פערזענליכע באציאונגען מיט אליגראכן וועלכע האבן געהאט געהאט אן אינטערעס אינעם געשעפט, ספעציעל נאכדעם וואס אין די זעלבע צייט האט די קלינטאן פארפאלק באקומען א האלב מיליאן דאלער פאר א רעדע פון א רוסישע באנק וועלכע איז א טיילווייזע אייגענטומער פון די ענערגיע פירמע, און אזוי אויך האט די פאמיליע ארגאנזיאציע באקומען ביישטייערונגען פון א קאנאדישע ביליאנער מיט סטאקס אין די פירמע.

די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן באשלאסן זיך צו קאנצעטרירן אויף די פרשה נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז עס זענען געווען פרא-קלינטאן אגענטן אין די עף-בי-איי און האבן דעריבער פארלאנגט פונעם יוסטיץ דעפארטמענט צו אריינקוקן פארוואס די אויספארשונג איז געשלאסן געווארן און אויב איינזייטיגקייט האט געשפילט א ראלע, דעמאקראטן צייגן אן אז אין די קאמיטע וואס האט באשטעטיגט דעם אפמאך איז קלינטאן געווען בלויז איין פון 9 מיטגלידער, און עס איז באשטעטיגט געווארן איינשטימיג מיט אומפארטייאישע שטיצע, די עף-בי-איי האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף די מידיע באריכטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל