מיט יארן צוריק, איז ניו יארק סיטי געווען פאררעכנט אלס אמעריקע'ס מארד-הויפטשטאט, מיט די מערסטע רציחות פון אלע שטעט איבער'ן לאנד, אבער די סיטי האט באוויזן אויסצואוואקסן דעם טיטל, און היי-יאר האט זי געשלאגן א רעקארד מיט די ווייניגסטע צאל מארד-פאלן אין א לאנגער תקופה.

די שטאט ענדיגט דאס יאר מיט 278 מארדן, וואס איז מיט פערצן פראצענט ווייניגער ווי פאראיאר, און היפש נידעריגער ווי די 333 רציחות פון 14', וואס איז דעמאלט געווען א רעקארד-נידעריגע צאל זינט 963', ווען די סיטי האט אנגעהויבן האלטן פינקטליכע חשבונות אויף די זאכן.

די צאל רציחות רעכנט אריין די קרבנות פון די טעראר-אטאקעס וואס האבן זיך אויסגעשפילט אין מאנהעטן דורכאויס'ן יאר.

אין אלגעמיין האט ניו יארק סיטי געזען א רעדוקציע אין פארברעכנס, אריינגערעכנט טיילן פון איסט ניו יארק און פלעטבוש, וועלכע ווערן געפלאגט מיט א הויכער פארברעכן-ראטע.

טבלא: מארד-ראטע גרייכט רעקארד-נידעריגן ציפער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל