אין א שמועס מיט א גרופע זשורנאליסטן וואס זענען אויפגעזאגט געווארן פון עטליכע לאקאלע מידיא-קערפערשאפטן, האט מעיאר דעבלאזיא אויפגעברענגט א געדאנק אז די שטאט זאל פינאנצירן א מידיא-אגענטור, וואס וועט זיין "מער מעסיג און יושר'דיג" אין זיין נייעס-דעקונג ווי די אלגעמיינע פרעסע און מידיא.

דער מעיאר האט אנגעוויזן אלס דוגמא אויף דעם בריטישן נייעס-אגענטור, בי-בי-סי, וואס איז פינאנצירט דורך דער בריטישער רעגירונג. דעבלאזיא האט אויך דערמאנט די דאבעליו-ען-וויי-סי ראדיא-סטאנציע, וואס איז אויסגעהאלטן געווארן דורך דער שטאט זינט איר גרינדונג אין 922', ביז 94', ווען מעיאר זשוליאני האט פארקויפט די סטאנציע.

אנדערע האבן אבער קריטיקירט אזא מעגליכקייט, אנווייזנדיג אז די שאנסן פאר א נייעס-קערפערשאפט וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך דער שטאט זיך צו האלטן נייטראל זענען היפש קליין.

בילד: מעיאר לטובת גרינדן א שטאט-געשטיצטן נייעס-אגענטור

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל