איבער 29 זענען אומגעקומען אין א איבונגען צענטער אין די שטאט געטשען אין דרום קארעא נאכדעם וואס א קאר וועלכע איז געווען פארקירט אין די אינעווייניגסטע פארקינג לאט איז ארויף אין פלאמען און אנגעפולט דעם געביידע מיט רויעך, די אומגעקומענע האבן זיך געפונען אין א שוויץ באד אויף די אויבערשטע שטאקן, די סצענע איז געווען שרעקליך, און פילע האבן געשפרונגען פון די הויכע שטאקן זיך צן ראטעווען דאס לעבן, און פייערלעשער האבן באוויזן צו ראטעווען ארום 20 פון די העכער שטאקן. שרייבנדיג די שורות איז נאך די געביידע איינגעהילט אין א געדעכטע רויעך און אויטאריטעטן זאגן אז די צאל אומגעקומענע איז נאך ערווארטעט צו שטייגן נאכדעם וואס די פייערלערשער וועלן קענען נישטערן דעם געביידע.

בילד: איבער 29 דערשטיקט צום טויט אין איבונגען צענטער אין דרום קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל