א גרונטליכע שטודיע דורכגעפירט דורך די נאציאנאלע צענטער פאר געזונהייט סטאטיסטיקס צייגט אז די שרעקליכע מגיפה פון דראגס וועלכע פארפלייצט טיילן פון אמעריקע איז פיל ארגער ווי מען האט געוויסט און אז 2016 איז געווען די טויטליכסטע יאר אויפ׳ן רעקארד פון פאטאליטעטן וועלכע שטאמען פון ״אווער-דאוז״ אויף פארשידענע מעדיצינען און דראג באשטאנדטייל, הויפטזעכליך די אפיאד דראג וועלכע ווערט גענוצט אין שטארק פעינקילער מעדיצינען, די דראג אליין האט געקאסט 42, 249 טויטפעלער, 66% פון אלע דראג טויטפעלער אין אמעריקע.

די שטודיע צייגט אז 1999 ביז 2009 איז די צאל טויטפעלער ארויף איטליכע יאר מיט 19%, און איז פארשטייטערט געווארן זינט דאן צו א העכערונג פון 3% פער יאר. די מערסטע ווערן עפעקטירט פון די עפידעמפיע די סטעיטס וועסט ווירדשיניע, אהייא, און ניו העמפשיר, די צאל פאטאליטעטן אין וועסט ווירדשיניע איז 2.5 מאל די נאציאנאלע דורכשניט. און פילע פון די טויטפעלער זענען פון מעדעצינען וועלכע ווערן מיסברויכט דורך די פאציענטן. די מערסטע טוט די עפידעמיע באטרעפן מענער צווישן די עלטער פון 24 ביז 52 יאר אלט. אין אקטאבער האט פרעזידענט טראמפ דעקלערט די דראג עפידעמיע אלס א נאציאנאלע געזונהייט געפאר, אבער די  שטודיע זאגט אז עס איז נישט געטון געווארן גענוג פאקטישע שריט צו איינצוימען דעם שרעקליכן פראבלעם.

בילד: דראג עפידעמיע האט געקאסט 63,600 אמעריקאנער לעבנס אין 2016
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל