די שווייצארישע רעגירונג באשולדיגט דעם אייראפעאישן פאראיין אין פרובירן צו אונטערמינעווען די פינאנציעלע אינדוסטריע אין לאנד, דורכ'ן נישט געבן געהעריגע דערלויבעניש פאר דער שווייצארישער סטאק מארקעט.

אנווייזנדיג אויפ'ן פאקט וואס אנדערע אייראפעאישע לענדער באקומען געווענליך פרייע דערלויבעניש, האט דער שווייצארישער פרעזידענט באצייכנט די באגרעניצונגען אויף זיין לאנד אלס אן אקט פון "דיסקרימינאציע", וואס קען "שעדיגן די באציאונגען צווישן די לענדער."

בילד: שווייץ באשולדיגט אי-יו אין אפשוואכן איר פינאנציעלער אינדוסטריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל