וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט פארארדענט א גרונטליכע אויספארשונג, צו דערגיין צי ס'איז טאקע אמת אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט באשיצט כיזבאלא טעראריסטן, מיט'ן ציל צו ראטעווען דעם איראן דיעל. די אויספארשונג קומט איין וואך נאכדעם וואס "פאליטיקא" האט אויפגעדעקט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט בלאקירט "פראיעקט קאסאנדרא", א דראג-אויספארשונג קעגן כיזבאלא פיגורן, וויסנדיג אז אויב די אמעריקאנער רעגירונג וועט אנהייבן ארויסקומען מיט קלאגעס קעגן כיזבאלא מיטגלידער, וועט דאס שטארק נישט שמעקן פאר איראן, וועלכע איז גאר נאענט אפיליאירט מיט כיזבאלא און שטיצט איר פינאנציעל. געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע פיגורן האבן נישט געלייקנט דעם באריכט, אבער זיי האבן געזאגט אז אין לויף פון די אבאמא יארן זענען גענוג און נאך כיזבאלא אפיליאירטע ארעסטירט געווארן אין אמעריקע.

בילד: סעשאנס פארשט אבאמא-כיזבאלא באריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל