וואשינגטאן – דעמאקראטן פארפירן איבער דעם וואס דאס ווייסע הויז האט אין די יעצטיגע טעג פובליצירט די אפיציעלע "פרעזידענטליכע מטבע" פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און ס'איז אנדערש ווי אלע ביז יעצטיגע מטבעות. לויט מידיא באריכטן, האט טראמפ זיך פערזענליך אריינגעמישט אינעם פראצעדור פון דעזיינען די נייע מטבע, וועלכע איז א שיינענדיגע גאלדענע קאליר, אנדערש ווי די מטבעות וואס ביז יעצטיגע פרעזידענטן האבן ארויסגעגעבן, וועלכע זענען געווען א מער-טונקעלע אייזערנע קאליר. דער אמעריקאנער מאטא "אי פלורובוס אונאם", וואס באדייט "פון פילע, איינס", פיגורירט מער נישט אויף דער מטבע, נאר אנשטאט דעם האט עס טראמפ'ס קאמפיין סלאגאן "מעיק אמעריקע גרעיט עגעין". אויך איז די מטבע מער נישט רונדעכיג, ווייל אונטן האט עס א צוגעלייגטע פלאטע מיט טראמפ'ס נאמען "דאנאלד דזשעי טראמפ".

בילד: קריטיק קעגן טראמפ'ס "מטבע"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל