וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשעף פלעיק, וועלכער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין יאר 18', זאגט אז ער שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ אין יאר 020'. סענאטאר פלעיק, וועלכער איז פון טראמפ'ס שארפסטע קריטיקירער אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, האט נעכטן קאמענטירט אויף פראגעס איבער דער מעגליכקייט, און געזאגט אז "איך שליס גארנישט אויס, אבער דערווייל איז עס נישט אין מיינע פלענער. איך גלייב אבער אז אויב דער פרעזידענט האלט ווייטער אן אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי ביז יעצט, ברענגט ער אויף זיך אליינס א פראבלעם, אז פילע וויילער וועלן זוכן עפעס אנדערש, אריינגערעכנט מעגליכע אינדעפענדענט קאנדידאטן און אפילו פרעזידענט קאנדידאטן פון דער רעפובליקאנער פארטיי.

בילד: פלעיק 2020? ער שליסט נישט אויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל