וואשינגטאן – פעדעראלע אויטאריטעטן זאגן אז א פרוי וועלכע ווערט באשולדיגט אין פינאנציעל העלפן אייסיס, האט בענעפיטירט פון א וויזא פראגראם וואס פרעזידענט טראמפ וויל טאקע אפשטעלן.

די רעדע איז פון זוביא שאנאז, וועלכע איז ארעסטירט געווארן עטליכע טעג צוריק פאר'ן רויבן ביטקוינס אין ווערד פון טויזנטער דאלארן און עס שיקן פאר אייסיס אקאונטס אין אויסלאנד. פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט באאמטע זאגן אז שאנאז איז סוקסעספול אריינגעקומען קיין אמעריקע, צוליב וואס זי האט געהאט פאמיליע מיטגלידער דאהי, און וועגן דעם האט זי גרינג באקומען א וויזא – און די סארט וויזאס וויל טאקע פרעזידענט טראמפ אפשטעלן, אז אויסלענדישע זאלן נישט קענען גאר גרינג אריינקומען בלויז ווייל זיי האבן פאמיליע מיטגלידער אין אמעריקע.

בילד: וויזא פראגראם געהאלפן אייסיס-שטיצע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל