לאס אנדזשעלעס – קאליפארניער גאווערנאר, דזשערי בראון, האט געמאלדן אז ער פארדאנירט, אדער שניידט די טורמע אורטיילן, פאר ארום הונדערט און פופציג קרימינאלע פארשוינען, אריינגערעכנט צוויי קעמבאדיער פליטים, וועלכע זענען אויסגעשטאנען דעפארטירט צו ווערן אין די קומענדיגע מאנאטן, און א פרוי וועלכע איז שוין געזעסן 33 יאר אין טורמע, טראץ וואס זי האט געהאט געשלאסן א פלי-בארגעין אפמאך וועלכע האט געזאלט פארזיכערן אז זי וועט נישט זיצן אין טורמע. די פארדאנען קומען אלס טייל פון א טראדיציע פון פילע גאווערנארס, צו פארטיילן פארדאנען און שניידן טורמע אורטיילן יעדעס ענדע יאר, אבער ספעציפיש די פארדאנען אויף די צוויי קעמבאדיער בירגער ווערט באטראכט אלס א דירעקטער מעסעדזש פון גאווערנאר בראון צו דער טראמפ אדמיניסטראציע, צו טשעפען דאס וואס טראמפ וויל נעמען א שארפערע צוגאנג מיט דעפארטאציעס.

בילד: קאליפארניע פארדאנירט אימיגראנטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל