ניו יארק – פעדעראלע פראקורארן זאגן אז דער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די טשעלסי באמבארדירונג אין מאנהעטן מיט מער ווי א יאר צוריק, פרובירט צו ראדיקאליזירן אנדערע ארעסטאנטן אין דער טורמע וואו ער ווערט געהאלטן. לויט די פראקורארן, פארשפרייט אכמעד קהאן ראכימי איסלאמישע טעראריסטישע פראפעגאנדע אין טורמע, און ער האט באוויזן צו באקומען צוטריט צו ווידעאס פון אסאמא בין לאדין און דער אמעריקאנער-געבוירענער מוסולמענער קלעריק אנוואר על אוולאקי. באזונדער האט ראכימי געשאפן ווידעאס וואס לערנט אויס וויאזוי צוזאמצושטעלן באמבעס, וואס ער גייט ארום ווייזן פאר אנדערע ארעסטאנטן. די אויפדעקונג קומט געציילטע טעג בעפאר א ריכטער וועט אין יאנואר 19 ארויסגעבן אן ענדגילטיגן אורטייל אויף ראכימי, נאכדעם וואס א דזשורי האט אקטאבער אים דערקלערט שולדיג אויף אלע קלאגעס.

בילד: טשעלסי טעראריסט מאכט פראבלעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל