וואשינגטאן – א פרישע ביזנעס באריכט צייגט אז די קאסטן פון עסנווארג און געטראנקן זענען ארויפגעגאנגען אין אמעריקע, אבער זיי דערקענען זיך נישט צופיל אין די פרייזן וואס די קאנסומערס באצאלן. די סיבה איז ווייל די עסן-קלייטן, דיסקאונט געשעפטן און אנליין ריטעילערס פרובירן אראפצוהאלטן די פרייזן אנצוהאלטן זייערע קאסטומערס. די לעיבאר דעפארטמענט זאגט, אז העכערע פרייזן פאר די פראדוצירער צו פראדוצירן ירקות, פלייש און אייער אין נאוועמבער האבן אונטערגעטריבן א 3.5 פראצענטיגע העכערונג קעגן א יאר צוריק אינעם שפייז-סעקטאר פון דער פראדוצירער-פרייז-אינדעקס. דער אינדעקס מעסט וויפיל מען באצאלט אין פרייז פאר פראדוצירן עסן. דאקעגן האבן די קאנסומערס זעלבסט באצאלט נאר 0.6 פראצענט מער פאר עסן אין נאוועמבער קעגן א יאר צוריק. דער דיפערענץ צווישן די פראדוצירער פרייזן און די קאנסומער’ס פרייזן זענען היינט די שטערקסטע אין איבער דריי יאר.

בילד: געשעפטן אונטער דרוק צו געבן ביליג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל