מומבאסא – די אויטאריטעטן אין קעניא האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן פארשלאסן אן איסלאמיסטישע שולע, וואו ראדיקאלע דזשיהאדיסטן האבן געוואשן מוחות פון יונגע מוסולמענער קינדער און זיי ראדיקאליזירט צו שטיצן טעראר. פעדעראלע פאליציי אפיצירן זענען איבערגעפאלן דעם שולע קאמפלעקס אין דער שטאט מומבאסא, נעמנדיג צוויי לערערינס אונטער ארעסט, און ארום הונדערט קינדער אין ספעציעלע פאליצייאישע שוץ. אין א סטעיטמענט האבן זיי געזאגט, אז די שולע ווערט שוין באאבאכטעט א לענגערע צייט פאר פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן, און זיי האבן רעקארדירונגען וויאזוי די לערערינס באקן אריין פארשידענע ראדיקאלע און דזשיהאדיסטישע פראפאגאנדע אין די קינדער. די קעניא רעגירונג זאגט אז די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן אין צוזאמארבעט מיט אויסלענדישע קאנטער-טעראריזם באאמטע, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן מער דעטאלן.

בילד: קעניא פארשליסט איסלאמיסטישע שולע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל