דער הויפט רעפובליקאנער אסעמבלימאן, ברייען קאלב, האט נעכטן אפיציעל געמאלן אז ער טאנצט אריין אינעם פארמעסט פאר גאווערנער און וועט זיך פארמעסטן אין די פריימעריס פון די רעפובליקאנער פארטיי, און דאן זיך שטעלן אלס אפאנענט צום אמטירנדן גאווערנער ענדרו קאומא, וועלכער וועט ווארשיינליך לויפן פאר נאך טערמין.
קאלב וועט זיך פארמעסטן אין די פריימעריס מיט דער דאטשעס קאונטי עקזעקוטיוו מארק מאלינאראן און דעם סטיעט סענאטאר מארק דעפראנטשיסקא.
קאלב הייבט אן מיט ווייניגער געלט ווי קאומא, וועלכער פארמאגט שוין אין זיין קאסע 25.6 מיליאן דאלאר, קעגן קאלער'ס נישטיגע 225,000 דאלאר.
פילע פאליטישע אנאליסטן האלטן, אז גאווערנאר קאומא וויל מיט די קומענדיגע פארמעסט צוגרייטן א סטרוקטור פאר א צוקונפטיגן פרעזידענטליכן קאמפיין.
קאלב האט פארשפראכן צו שטעלן אין צענטער פון זיין קאמפיין א קאמפ קעגן קארופציע, וואס עסט אויף די רעגירונג קארידארן אין אלבאני. ער האט ביי זיין אנאנסירונג געזאגט, ״קארופציע און שלימ'מזל באהערשט אלבאני, און ניו יארקער שפירן פארשעמט און אויסגעשפילט פון זייער שטאט״.
קאלב האפט אויף דער שטיצע פון די מער-קאנסערוואטיווע געגנטן אין אפסטעיט ניו יארק, וואו ער קען האבן א לייכטע אויבערהאנט איבער קאומא.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה